שיל אין באָברויסק וועט ווערן אַן אָרט פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה

Bobruisk Synagogue To Be Rebuilt As Jewish Heritage Site

Youtube - Online videos from Israel, Middle East & Jewish World

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 19, 2018.

לויט אַ באַריכט פֿון דער וועבזײַט „ייִדישע קולטור־ירושה אין אייראָפּע‟, האָט מען לעצטנס אָנגעהויבן די אַרבעט צו פֿאַרוואַנדלען די חורבֿות פֿון אַ שיל אין באָברויסק, בעלאַרוס (ווײַסרוסלאַנד, אויף ייִדיש) אין אַן עפֿנטלעכן אָרט וואָס גיט איבער די אָרטיקע ייִדישע קולטור־ירושה. מיט דער צײַט האָפֿט מען דאָרט אויך צו בויען אַ ייִדישן מוזיי וואָס זאָל איבערגעבן די רײַכע געשיכטע פֿון די ייִדן אין באָברויסק.

די צוויי ווענט וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון דער צוויי־שטאָקיקער שיל וועט מען רעמאָנטירן, פֿאַרבן און אַרײַנשטעלן וויטראַזשן. אונטערן פֿרײַען הימל לעבן דער שיל וועט מען דורכפֿירן אינטעראַקטיווע אונטערנעמונגען און אויסשטעלונגען.

„בעלאַרוס איז אַ לאַנד מיט אַן אייגנאַרטיקער ייִדישער געשיכטע,‟ האָט באַמערקט דער הויפּט־רבֿ פֿון באָברויסק און חב״ד־משולח, הרבֿ שאול כאַבאַבאָ. „דאָך זענען נישטאָ קיין סך ערטער וווּ מע לערנט דעם ברייטן עולם וועגן דעם. מיר האָפֿן אַז אונדזער באָברויסקער ׳ייִדישער הויף׳ וועט אויספֿילן דעם בלויז.‟

די שיל איז געגרינדעט געוואָרן בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דער סאָוועטישער רעזשים האָט זי געשלאָסן אין 1932 און זי באַניצט ווי אַ מיל. נאָך אַ שׂריפֿה אין 1969 זענען פֿאַרבליבן בלויז צוויי ווענט, וואָס מע האָט קיין מאָל נישט איבערגעבויט. אין 2015 האָט די אָרטיקע רעגירונג אָפֿיציעל איבערגעגעבן די חורבֿות דער ייִדישער קהילה.

הײַנט שטייען עטלעכע אַנדערע שיל־בנינים אין באָברויסק, אַרײַנגערעכנט אַ חב״ד־צענטער וואָס ווערט ווײַטער געניצט דורכן ייִדישן ייִשובֿ.