חורבן־ליטעראַטור (2טער טײל): ענטפֿערס אויף פֿראַגעס 1־10

Holocaust Literature (Part II): Answers to Questions 1-10

Yehuda Blum

פֿון יחיאל שיינטוך

Published June 20, 2018.

צו לייענען דעם אַרײַנפֿיר

1 אַז מע רעדט װעגן דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, וויפֿל צײַטונגען און זשורנאַלן אויף ייִדיש מיינט איר זײַנען דערשינען אין פּוילן צווישן 1918 און 1939?

כּדי צו באַקומען אַן אַנונג וואָס איז צוליב דעם חורבן פֿאַרלוירן געגאַנגען בײַ ייִדן, נישט נאָר פֿאַרבונדן מיט מענטשלעכע קרבנות, איז גענוג זיך צו דערמאָנען אַז במשך די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות זענען דערשינען אין פּוילן מער ווי 1,700 באַזונדערע צײַטונגען און זשורנאַלן אויף ייִדיש, אין מער ווי 90 שטעט און שטעטלעך אין פּוילן; סײַ צײַטונגען, ליטעראַרישע זשורנאַלן, געזעלשאַפֿטלעכע אויסגאַבעס און אַזוי ווײַטער. די ייִדישע פּרעסע אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות איז ביז הײַנט אַ געוואַלדיקער אוצר פֿון אַ גרויסן היסטאָרישן ווערט.

אין יאָר 1986 האָט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן די ביבליאָגראַפֿישע אויספֿאָרשונגען געמאַכט ביז דאַן, מיטן נאָמען: „רשימת יומונים וכתבי עת ספרותיים שהופיעו בפולין בין שתי מלחמות העולם…‟.

2 וויפֿל ייִדיש־שרײַבער און מחברים מיינט איר זײַנען געווען טעטיק פֿונעם מיטן 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף 20סטן יאָרהונדערט?

באַקאַנטע שרײַבער און מחברים וואָס האָבן געשריבן אויף ייִדיש אין משך פֿון די 150 יאָר זײַנען געווען נישט נאָר אין פּוילן נאָר אין דער גאַנצער וועלט אין פֿינף קאָנטינענטן. די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור איז טאַקע אַ וועלט־ליטעראַטור און ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט האָבן געלייענט און לייענען װײַטער דאָס וואָס ייִדן שרײַבן אין דער גאַנצער וועלט. זינט אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דרײַ צי פֿיר לעקסיקאָנען מיט ביאָגראַפֿיעס און ביבליאָגראַפֿיעס פֿון די שאַפֿונגען אויף ייִדיש, סײַ אין דער פּרעסע סײַ אין דער ליטעראַטור. דער לעצטער – לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור – וואָס איז דערשינען אין אַכט בענד צווישן די יאָרן 1956–1981 גיט אונדז אַ באַגריף פֿון דער געוואַלדיקער שעפֿערישער שרײַב־ענערגיע בײַם ייִדישן פֿאָלק. לויט מײַן חשבון האָבן מיר במשך פֿון די 150 יאָר געהאַט אַ קיימא לן פֿון 6,500 שרײַבער און מחברים וואָס זענען טעטיק אויף ייִדיש.

3 צי האָבן ייִדן געשריבן אין נאַצישע געטאָס און לאַגערן, און אויב יאָ – אויף וועלכע שפּראַכן?


די פּראָטאָקאָלן פֿון די נירנבערג־משפּטים קעגן די נאַצי־מערדער נעמען אַרײַן אַ 40 בענד, און זיי שטייען אויף ביבליאָטעק־פּאָליצעס װוּ יעדער איינער קאָן זיי איבערלייענען. די ייִדישע שריפֿטן פֿון ייִדן, געשאַפֿן אין געטאָס און לאַגערן, וואָלטן פֿאַרנומען נישט ווייניקער אָרט אויף די פּאָליצעס פֿון ביבליאָטעקן, ווען מע וואָלט זיי דעשיפֿרירט און אָפּגעדרוקט, אין צענדליקער בענד.

73 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג ליגן נאָך גאַנצע שטויסן מיט ייִדישע שאַפֿונגען אין פֿינצטערע אַרכיוו־קעלערס ווי אַ שטיין אָן זייער איבערקערער. עס איז אַ פֿאַקט, אַז ייִדן, פֿון קליין ביז גרויס, האָבן רעאַגירט שריפֿטלעך בעת זיי זײַנען געווען פֿאַרשפּאַרט אין געטאָס און לאַגערן בײַ די דײַטשן, און ליידער איז נישט אויפֿגעקומען ביז הײַנט קיין שום אינסטאַנץ בײַם ייִדישן פֿאָלק, וואָס זאָל נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע אַרויסצוברענגען אין בוכפֿאָרם די שריפֿטלעכע רעאַקציע פֿון ייִדן אונטער דער נאַצישער הערשאַפֿט. געשריבן האָבן ייִדן נישט נאָר אויף ייִדיש, נאָר אויך אויף פּויליש, דײַטש און אַפֿילו העברעיִש. די איינציקע פֿאָרשאַרבעט אויף דעם געביט וואָס איך קען איז ד”ר מרים טרינס דיסערטאַציע וואָס אַנאַליזירט און פֿאַרגלײַכט די פּאָעטישע שאַפֿונגען אויף ייִדיש, פּויליש, דײַטש און העברעיִש אין פֿיר געטאָס און אין פֿיר לאַגערן, לויט אָפּגעראַטעוועטע כּתבֿ־ידן.

איינצלנע שרײַבער און זייערע שאַפֿונגען אין וואַרשעווער געטאָ, ווילנער געטאָ און לאָדזשער געטאָ – ווי יצחק קאַצענעלסאָן, ישעיה שפּיגל און אַפֿילו אַבֿרהם סוצקעווער, זענען דערשינען דאָ און דאָרט. אָבער לויט מײַן חשבון זענען געווען טעטיק אין געטאָס און לאַגערן אַרום 1,200 ייִדישע שרײַבער.

4 וואָס איז פֿאָרט פֿאַרבליבן פֿון דעם וואָס ייִדן האָבן געשריבן בעתן אומקום?

כּדי צו ענטפֿערן אויף אָט דער פֿראַגע, וואָלט מען באַדאַרפֿט דורכפֿירן אַן אונטערזוכונג אין אַלע אַרכיוון אין ישׂראל און אין דער וועלט און אויפֿשטעלן אַ רעגיסטער פֿון יענע מאַנוסקריפּטן וואָס זענען טאַקע אויטענטישע כּתבֿ־ידן געשריבן אין געטאָס און לאַגערן. אַזאַ אויספֿאָרשונג וואָלט באַדאַרפֿט זײַן אַ תּנאַי איידער מע קען אַרויסגעבן אין בוכפֿאָרם דעם אוצר פֿונעם ייִדישן אָפּרוף אויף דעם נאַצי־רעזשים, געשאַפֿן אין געטאָס און לאַגערן בעת דער מלחמה. עס איז קיין ספֿק נישט אַז אַזאַ מאַטעריאַל עקזיסטירט. און נישט נאָר אין אינסטיטוציעס מיט אַרכיוון, נאָר אַפֿילו אין פּריוואַטע הענט. דער אַרכיוו פֿון חורבן־פֿאָרשער נחמן בלומענטאַל, צום בײַשפּיל, איז, אויף וויפֿל איך ווייס, ביז הײַנט נישט דערגאַנגען צו אַן אינסטיטוציע און ליגט, מן־הסתּם, אויף אַ בוידעם אין אַ פּריוואַטער דירה אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ איך האָב אים געפֿונען מיט יאָרן צוריק. אין דעם אַרכיוו געפֿינען זיך כּתבֿ־ידן פֿון לאָדזשער געטאָ און אַרום טויזנט לידער געשאַפֿן אין דער תּקופֿה פֿון אומקום.

5 צי האָט ווער עס איז געשריבן אין ווילנער געטאָ? אַ חוץ די ביכער און אַרטיקלען וועגן אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעטישע אויפֿטוען בכלל און זײַן ווילנער תּקופֿה בפֿרט, סײַ סוצקעווערס אויטענטישע פּאָעזיע פֿון ווילנער געטאָ און וואַלד און סײַ די ליטעראַרישע און קולטור־שאַפֿונג פֿון ווילנער געטאָ בכלל, האָבן נאָך נישט זוכה געווען אָפּגעמערקט ווערן אין זייער פֿולן פֿאַרנעם אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט.

דער סוצקעווער־קאַטשערגינסקי־אַרכיוו איז נישט גענוג אויסגעניצט געוואָרן און פֿינצטערט אין אַרכיוו־קעלערן. דער טאָגבוך פֿון הערמאַן קרוק פֿון ווילנער געטאָ איז נאָך אַן אוצר וואָס ווערט נישט גענוג אויסגעניצט, און עס איז דאָ אַ סבֿרה אַז דער סוצקעווער־קאַטשערגינסקי אַרכיוו, איז דע־פֿאַקטאָ אַ באַשטאַנדטייל פֿון הערמאַן קרוקס אויפֿטו, און אַז בײַם פֿאַרגלײַכן ביידע דאָקומענטן וועט מען זיך לערנען אַ סך מער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין ווילנער געטאָ; שוין אָפּגערעדט פֿון פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַנס לעצטע אויפֿטוען וועגן ווילנער געטאָ.

6 צי זענען געווען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן אין וואַרשעווער געטאָ?

די ליסטע פֿון ייִדישע שרײַבער אין וואַרשעווער געטאָ איז אַ לאַנגע, ווי אויך די קולטור־אַקטיוויטעטן ווי עפֿנטלעכע אויפֿטריטן פֿון שרײַבער, ביבליאָטעק־אַקטיוויטעטן, אונטערערדישע פּרעסע, יוגנט־סעמינאַרן, טאָגביכער, אַ טעגלעכע כראָניק געשריבן אויף ייִדיש פֿון היסטאָריקער עמנואל רינגעלבלום, און דער עיקר – די פֿאַרצווײַגטע שעפֿערישקייט פֿון ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער יצחק קאַצענעלסאָן. זײַנע שריפֿטן פֿון וואַרשעווער געטאָ האָבן זיך געדרוקט אין געטאָ אין דער וואַרשעווער אונטערערדישער פּרעסע אונטערגעשריבן מיט אַ פּסעװדאָנים, טאָמער וועלן די דײַטשן פֿאַרכאַפּן די אונטערערדישע דרוקערײַען און צײַטונגען און וויסן ווער שרײַבט דאָרט. ס’רובֿ פֿון יצחק קאַצענעלסאָנענס ייִדישע כּתבֿ־ידן, געשריבן אין וואַרשעווער געטאָ, זענען באַגראָבן געוואָרן אויפֿן שטח פֿון געטאָ פֿאַר זײַן ליקווידאַציע און אָפּגעפֿונען געוואָרן נאָך דער מלחמה. אַ פֿולע אויסגאַבע פֿון יצחק קאַצענעלסאָנס שריפֿטן אויף ייִדיש פֿון וואַרשעווער געטאָ, איז דערשינען צום ערשטן מאָל אין יאָר 1984, אַרויסגעגעבן פֿון בית לוחמי הגטאות און דעם פֿאַרלאַג י. ל. מאגנס פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, אַן אויסגאַבע מיט מער ווי 700 זײַטן.

די אונטערערדישע פּרעסע פֿון וואַרשערער געטאָ איז געשריבן געוואָרן דער עיקר אויף ייִדיש און פּויליש. ד”ר יוסף קערמיש, דער לאַנגיעריקער אָנפֿירער פֿון אַרכיוו אין יד ושם, האָט במשך פֿון מער ווי 30 יאָר צונויפֿגעזאַמלט און צום סוף אַרויסגעגעבן אונטער זײַן רעדאַקציע 6 בענד פֿון דער ייִדישער אונטערערדישער פּרעסע אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג: עתונות המחתרת היהודית בווארשה (תש”ם – תשנ”ז). וועגן די ייִדיש־שרײַבער פֿון וואַרשעווער געטאָ האָט רחל אויערבאַך אָנגעשריבן אַ וויכטיקן בוך זכרונות, „וואַרשעווער צוואות‟ (1974). זי אַליין איז אין וואַרשעווער געטאָ געווען אַ טייל פֿון אונטערערדישן „עונג שבת‟־אַרכיוו אונטער דער אָנפֿירונג פֿון עמנואל רינגעלבלום, און אירע שריפֿטן וועגן ייִדישע שרײַבער אין וואַרשעווער געטאָ זײַנען אַן עדותשאַפֿט וואָס דינט אונדז ביז הײַנט ווי אַן ערשט־קלאַסיקער מקור פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור געשריבן אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט.

7 און ווער האָט געשריבן אין לאָדזשער געטאָ?

אַ סך איז געשריבן געוואָרן וועגן דער געשיכטע פֿון ווילנער, וואַרשעווער און לאָדזשער געטאָ אָבער אַ סך ווייניקער וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געשאַפֿן אין די געטאָס. די קולטור־געשיכטע פֿון לאָדזשער געטאָ דאַרף נאָך פֿאַרפֿאַסט ווערן. אין אונדזער קורצער תּשובֿה דאָ וועלן מיר דערמאָנען נאָר צוויי ייִדישע שרײַבער פֿון אַ ליסטע פֿון צענדליקער מחברים און שרײַבער וואָס זענען געווען טעטיק אין לאָדזשער געטאָ: ישעיה שפּיגל און ירחמיאל בריקס. ביידע האָבן געדרוקט לידער פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, אָבער די רעאַליטעט אין לאָדזשער געטאָ וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט ביזן סוף איז געוואָרן די עיקר־טעמע פֿון זייער שאַפֿן סײַ אין געטאָ סײַ נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַ דאַנק זייער שאַפֿן באַקומען מיר אַן אַנונג פֿון די געפֿילן און מחשבֿות בײַ ייִדן אין געטאָ. און דאָס, אַ דאַנק די אָריגינעלע כּתבֿ־ידן וואָס זיי האָבן געשריבן אין געטאָ. אַזוינע מאַנוסקריפּטן זענען אַנטדעקט געוואָרן בײַ פֿאָרשער פֿון אומקום וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער אויטענטישער ליטעראַטור געשאַפֿן אין געטאָס און לאַגערן.

ישעיה שפּיגל אַליין (1904 – 1990) האָט נישט פֿאַרשטאַנען די היסטאָרישע ווערט פֿון זײַנע אָריגינעלע כּתבֿ־ידן פֿון לאָדזשער געטאָ, און נאָך דער מלחמה האָט ער אָפּגעדרוקט ביכער מיט זײַנע דערציילונגען כּבֿיכול געשריבן אין לאָדזשער געטאָ. זיי זײַנען אָבער געווען געענדערטע ווערסיעס פֿון די געטאָ־אָריגינאַלן. זיי האָבן אַלע געטראָגן דאַטעס פֿון דער מלחמה־צײַט, אָבער אַ פֿאַרגלײַך צווישן זיי און די אָריגינעלע געטאָ־כּתבֿ־ידן האָט באַוויזן ווי אַנדערש זיי זײַנען. אין יאָר 1995 זײַנען די אויטענטישע טעקסטן פֿון לאָדזשער געטאָ פֿון ישעיה שפּיגל, דערשינען אינעם בוך: ישעיה שפיגל – פרוזה סיפורית מגטו לודז’.

די טעקסטן (לידער און פּראָזע) וואָס ירחמיאל בריקס האָט געשריבן אין לאָדזשער געטאָ זענען אָפּגעלעגן אין אַן אַרכיוו אין ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע, במשך איבער 60 יאָר, ביז בעלאַ בריקס־קליין, זײַן טאָכטער וואָס וווינט אין ישׂראל און איז הײַנט די אָנפֿירערין פֿון אַרבעטער רינג אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט זיי געפֿונען, דעשיפֿרירט און אַנאַליזירט, און לעצטנס צוגעשטעלט ווי אַ מאַגיסטער־טעזע צום ירושלימער אוניווערסיטעט אין ירושלים. די באַוווּסטע כּתבֿים פֿון ירחמיאל בריקס פֿון נאָך דער מלחמה, באַקומען אַזוי אַרום אַן אַנדער באַלײַכטונג.

8 וואָס האָט מען געשריבן?

אַפֿילו אין די שווערע באַדינגונגען אונטער דער נאַצי־הערשאַפֿט אין געטאָס און לאַגערן, איז ייִדישע ליטעראַטור און ליטעראַטור פֿון ייִדן אויף אַנדערע שפּראַכן, ווײַטער אָנגעגאַנגען. מע קען פֿיזיש דערמאָרדן אַ פֿאָלק, אָבער נישט זײַנע געפֿילן, געדאַנקען און שעפֿערישקייט. אַ באַווײַז איז די אויסשטעלונג און קאַטאַלאָג אַרויסגעגעבן פֿון יד ושם אין יאָר 1979 וועגן דער שעפֿערישקייט בײַ ייִדן אין געטאָס און לאַגערן אויף ייִדיש און העברעיִש.

געשריבן האָבן ייִדן אין אַלע ערטער, מערסטנס פּאָעזיע אָבער אויך פּראָזע, דראַמעס, ליטעראַרישע קריטיק, כראָניקעס, טאָגביכער, אינטערוויוען, אַפֿילו ייִדישער הומאָר; ווי אויך גאַסן־לידער געזונגען פֿון גאַסן־זינגער באַשרײַבנדיק די טאָגטעגלעכע לעבנס־באַדינגונגען, אַ מאַסע פֿאָלקסלידער געשאַפֿן און געזונגען פֿון פֿאָלקסדיכטער, ווי אויך קאַבאַרעט־ און טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען. צווישן 1985 און 1993 זענען אינטערוויויִרט געוואָרן 150 געראַטעוועטע ייִדן פֿון לאָדזשער געטאָ, וואָס לעבן אין ישׂראל, אַמעריקע, אייראָפּע און אַנדערע ערטער, און מע האָט זיי געבעטן אויסזינגען די לידער און קופּלעטן געשאַפֿן אין זייער געטאָ. דער העברעיִשער אוניווערסיטעט און דער ייִדיש־אָפּטייל בײַ איר, האָבן אָנטיילגענומען אין אַזוינע פּראָיעקטן, געשטיצט פֿון דער „אַמעריקאַנער מעמאָריאַל־פֿונדאַציע‟. די רעקאָרדירטע מקורים און אַנדערע ענלעכע פֿאָרש־פּראָיעקטן זענען אָבער נאָך אַלץ נישט באַאַרבעט אָדער אָפּגעדרוקט געוואָרן. אַן ענלעכע סיטואַציע זעט מען בײַ די אויטענטישע כּתבֿ־ידן פֿון מחברים און שרײַבער װאָס ליגן אין פּריוואַטע און נישט־פּריוואַטע אַרכיוון – דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט ביז הײַנט נישט אויפֿגעשטעלט אַ צענטראַלע אינסטאַנץ וואָס זאָל פֿאַראייביקן אין דרוק דעם אויטענטישן קול פֿון דערמאָרדעטן ייִדישן פֿאָלק. מע פֿאַרנעמט זיך נאָר מיט שטיקלעך און ברעקלעך.

9 פֿון דעם וואָס מע האָט געשריבן, וואָס איז דערשינען אין דרוק נאָך דער מלחמה, ווען, און אויף וועלכע שפּראַכן?

אויב ס’וועט אַ מאָל אויפֿטויכן אַ לאַנג דערוואַרטער פּראָיעקט – צונויפֿזאַמלען אַלץ וואָס איז געשריבן געוואָרן אין די געטאָס און לאַגערן און אין וואַלד בײַ די פּאַרטיזאַנער און עס אָפּדרוקן, וועט מען פֿריִער דאַרפֿן צוגרייטן אַזאַ באַנד פֿון אַ לעקסיקאָן געווידמעט נאָר יענע אויטענטישע כּתבֿ־ידן, געשריבן אין די געטאָס און לאַגערן. אַזאַ אַרומנעמיקער פּראָיעקט מוז אָרגאַניזירט ווערן פֿון אַ ייִדישער וועלטאינסטאַנץ פֿון ייִדישן פֿאָלק, מיטן צוועק איבערצולאָזן פֿאַר די קומענדיקע דורות אַ פֿאַרלאָזלעכע דאָקומענטאַציע וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געשאַפֿן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה – צוזאַמען מיט די העברעיִשע טעקסטן געשריבן פֿון צוויי־שפּראַכיקע שרײַבער און צוזאַמען מיט דער געטאָ־ און לאַגער־ ליטעראַטור געשאַפֿן בײַ ייִדן אין אַנדערע שפּראַכן. די צענדליקער בענד וואָס וועלן אם ירצה השם אַוועקגעשטעלט ווערן אויף די ביבליאָטעק־פּאָליצעס וועלן זײַן אַ לעבעדיקער באַווײַז פֿון אַ וועלט וואָס קיינער וועט שוין מער נישט געדענקען אָן די בענד.

פֿון דעם אַלעם װאָס עקזיסטירט הײַנט, 73 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה? זייער ווייניק. נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון דערקלערן יאָר־אײַן יאָר־אויס אין די „יום השואה‟־צערעמאָניעס, אַז מע דאַרף געדענקען און נישט פֿאַרגעסן, זעט אויס לעכערלעך ווען מע באַמערקט ווי ווייניק איז געטאָן געוואָרן לטובֿת דער ייִדישער ליטעראַטור און דער ליטעראַטור פֿון ייִדן אויף אַנדערע שפּראַכן. דאָס איז אַ ליטעראַטור געשאַפֿן פֿון די נאַצי־קרבנות איידער מע האָט זיי אומגעבראַכט.

די שואה־מומחים און אינסטיטוציעס פֿאַרנעמען זיך מער מיט דעם וואָס די דײַטשן און זייערע געהילפֿן האָבן אָפּגעטאָן די ייִדן, ווי מיט דער גײַסטיקער גבֿורה און שעפֿערישקייט פֿון ייִדן פּנים־אל־פּנים מיטן מערדערישן טויט פֿון מענטשלעכע הענט.

10 וואָס קען מען זאָגן וועגן די דרײַ תּקופֿות פֿון דער ייִדישער חורבן־ליטעראַטור – פֿאַר, בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה?

די ייִדישע חורבן־ליטעראַטור מוז באַטראַכט ווערן ווי אַ ליטעראַטור געשריבן לכל־הפּחות במשך פֿון 22 יאָר – פֿון אורי־צבֿי גרינבערגס „אין מלכות פֿון צלם‟ אין יאָר 1923, וווּ ער זאָגט אָן די שוואַרצע נבֿואה דער קריסטלעכער אייראָפּע, אַז די אייראָפּעיִשע ייִדן וועלן אויסגעראָטן ווערן, און ביזן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען אורי־צבֿי גרינבערגס נבֿואה איז מקוים געוואָרן.

מע דאַרף צעטיילן די חורבן־ליטעראַטור אויף ייִדיש אין דרײַ ליטעראַרישע תּקופֿות: 1) די תּקופֿה צווישן ביידע וועלט־מלחמות ווען אין דער ייִדישער ליטעראַטור ווערט געשטאַלטיקט בײַ פֿאַרשיידענע שרײַבער אַ פֿאָרגעפֿיל און אַן אַנונג פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע וואָס דערנענטערט זיך. הלל צייטלין, אַהרן צייטלין, אורי־צבֿי גרינבערג, יצחק קאַצענעלסאָן, חיים גראַדע און אַנדערע שרײַבער דריקן אויס צווישן ביידע וועלט־מלחמות אַזאַ פֿאָרגעפֿיל, און חיים נחמן ביאַליק רעדט וועגן דעם מיט בפֿירושע ווערטער און איז עולה קיין ארץ־ישׂראל צוליב דעם אין יאָר 1924. 2) די נאַצי־תּקופֿה בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און 3) די חורבן־ליטעראַטור געשריבן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. ביז אַהער האָט מען פֿאַרמישט אַלע דרײַ תּקופֿות, נישט צום גוטן.

וועגן דער צווייטער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער חורבן־ליטעראַטור האָבן מיר ביז איצט גענוג גערעדט און געשלאָגן טרעוואָגע. די דריטע תּקופֿה – נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין וועלכער ייִדישע שרײַבער געראַטעוועטע פֿון אומקום האָבן באַשריבן זייערע זכרונות פֿון דער חורבן־איבערלעבונג, אָט די תּקופֿה אין זייער שאַפֿן איז כּמעט ווי נישט אויסגעפֿאָרשט געוואָרן. איז טאַקע געקומען אַ צײַט ווען מע טאָר מער נישט פֿאַרנאַכלעסיקן אַזאַ עיקרדיקן פּרק אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און פֿון ייִדישן פֿאָלק.