וואַרשע: אַ וואָרט וועגן דער פּוילישער אָבסעסיע מיט ייִדן

Warsaw: About That Polish Obsession With the Jews


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 17, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אין דער וואַרשעווער צײַטונג „גאַזעטאַ וואַרשאַווסקאַ‟ איז לעצטנס געשטאַנען אַזאַ קעפּל:

Nie żyje żydówka Irena Szewińska, nazwisko panieńskie Kirszenstein

דער טײַטש: די ייִדישקע אירענאַ שעווינסקאַ, פון דער היים קירשנשטײַן, לעבט נישט מער.

שעווינסקאַ, אַ לויפֿערין, איז געווען די גרעסטע אַטלעטין אין דער געשיכטע פֿון פּוילן, אָבער בײַ דער אַנטיסעמיטישער וואַרשעווער צײַטונג זענען אַלע אירע דערגרייכונגען נישט וויכטיק. וויכטיק איז דאָס וואָס זי איז געווען א פּאַסקודנע ייִדישקע. דער זשורנאַליסט פֿרייט זיך וואָס זי לעבט נישט מער.

זשאַן פּאָל סאַרטער האָט אַ מאָל געשריבן אין זײַן אומפֿאַרגעסלעך בוך „מחשבֿות וועגן דער ייִדישער פֿראַגע‟ אַז בײַ די אַנטיסעמיטן איז אַלץ וואָס אַ ייִד טוט אַ פֿאַרברעכן. פֿאַר וואָס? ווײַל ער איז אַ ייִד. אויב אַ פּוילישער תּושבֿ וואָס שטאַמט פֿון איטאַליענער, למשל, געווינט אַ מעדאַל פֿאר פּוילן — איז גוט. אָבער אויב אַ פּוילישער תּושבֿ וואָס שטאַמט פֿון ייִדן געווינט אַ מעדאַל פֿאַר פּוילן — איז שלעכט. „די ייִדן נעמען צו אונדזערע מעדאַלן,‟ באַקלאָגן זיך די אַנטיסעמיטן.

די פּוילישע אָבסעסיע מיט ייִדן איז נישט קיין נײַע. מיין טאַטע פֿלעגט מיר דערציילן אַז פֿאַר דער מלחמה האָט זיך דער פּוילישער פּאַרלאַמענט פֿאַרנומען טאָג אײַן טאָג אויס מיט איין פּראָבלעם. אויב איר מיינט אַז די פּראָבלעם איז געווען אַדאָלף היטלער און די מלחמה וואָס איז געשטאַנען פֿאַר דער טיר מאַכט איר אַ גרויסן טעות. די וואַזשנע דעפּוטאַטן האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרנומען מיט דער פּראָבלעם פֿון דער כּשרער שחיטה.

עס זעט אויס אַז בײַ דער קאַטויליש-נאַציאָנאַליסטישער פּרעסע זענען ייִדן ביזן הײַנטיקן טאָג די סאַמע וויכטיקסטע טעמע. ס’איז אַ שטיקל פּאַראַדאָקס וואָס די קאַטוילישע אמונה וואָס איז טעאָרעטיש אַן אוניווערסעלע, איז געוואָרן אַ נאַציאָנאַלע אידעאָלאָגיע אין פּוילן, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

איז ווי קום איך צו די פּוילישע נאַציאָנאַליסטישע כניאָקעס? דער ענטפֿער: אויף דער פּאָסט. האַ? וואָס מיט אַ מאָל די פּאָסט? איז אַזוי. די פּוילישע פּאָסט איז על־פּי־דין אַ סעקולערע מלוכישע אינסטיטוציע. אָבער דאָס זעט מען נישט ווען מען קומט אָפּשיקן אַ בריוו אָדער אָפּנעמען אַ פּעקל. ראשית־כּל הענגט אַ צלם אויף דער וואַנט. בכלל זעט דער זאַל אויס ווי עפּעס אַן אַרײַנגאַנג אין אַ קירך. זײַט וויסן אַז די פּאָטשט אין פּוילן פֿאַרקויפט כּל־המינים צײַטונגען און ביכער. נאָר וואָס זשע? אַלע ביכער און צײַטונגען האָבן עפּעס אַ קאַטוילישן צוגאָב. איר זוכט אַ קאָכבוך? קענט איר קויפֿן א בוך מיט פּוילישע רעצעפּטן פֿון עפּעס אַ שמייכלענדיקער מאָנאַשקע. איר ווייסט נישט ווי צו לייזן אײַערע משפּחה־פּראָבעלמען? האָט איר אַ בוך געשריבן פֿון אַ שמייכלענדיקן גלח. ווי קומט עס אַז גלחים וואָס האָבן קיין מאָל נישט געהאַט קיין פֿרוי און קיין קינדער זענען מיט אַמאָל די גרעסטע מבֿינים אויף משפּחה-לעבן, הייב איך נישט אָן צו פֿאַרשטיין, אָבער מילא.

צוריק צו דער פּוילישער אָבסעסיע מיט אונדז ייִדן. אויף דער פּאָטשט קענט איר אויך קויפֿן אַ ריי אַנטיסעמיטישע צײַטונגען און וואָכנשריפֿטן וואָס איר וועט נישט געפֿינען אין נאָרמאַלע קיאָסקן אין וואַרשע. נעמט למשל די וואָכנשריפֿט „פּאָלסקאַ ניעפּאַדלעגלאַ‟, דהײַנו אומאָפּהענגיק פּוילן. די דאָזיקע צײַטשריפֿט, ווי אַ ריי אַנדערע אַנטיסעמיטישע פּובליקאַציעס, שרײַבט וואָך־אײַן וואָך־אויס וועגן אונדז ייִדן. לעצטנס האָב איך דאָרט געלייענט אַז אויסלענדישע ייִדן נוצן אויס די פּוילישע מלוכה. ווי אַזוי? זיי באַקומען פּוילישע פּאַספּאָרטן אין די טויזנטער, בשעת אמתע, דאָס הייסט קאַטוילישע פּאָליאַקן, אויך געבוירענע אין אויסלאַנד, באַקומען זיי נישט. די חשובֿע וואָכנשריפֿט האָט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען אַז כּדי צו באַקומען אַ פּוילישן פּאַספּאָרט דאַרף מען גיין צו אַ פּוילישן אַדוואָקאַט, צאָלן אַ מאַיאָנטעק, באַווײַזן כּל־המינים דאָקומענטן אַז טאַטע-מאַמע זענען געווען פּוילישע בירגער, מוטשען זיך מיט ביוראָקראַטן וכדומה. הכּלל, ס’איז אַ שטיקל קריעת ים-סוף. הייסט עס אַז אַן אוקראיִנישע אַלטיטשקע וואָס שטאַמט פֿון פּאָליאַקן באקומט נישט קיין פּוילישן פּאַספּאָרט ווײַל זי האָט מסתּמא גאָרנישט געטאָן אין דעם ענין.

איך רעד שוין נישט פֿון דעם אַז דאָס רובֿ ישׂראלים וואָס שאַפֿן זיך אַ פּוילישע בירגערשאַפֿט טוען דאָס נישט ווײַל זיי ווילן זיך באַזעצן אין פּוילן. אַ פּוילישער פּאַספּאָרט גיט זיי פּשוט דאָס רעכט צו וווינען און אַרבעטן אין אַלע לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. בכלל איז עס אַ מין דאָקומענט אויף נישט צו באַדאַרפֿן.

דאָס אַלץ אינטערעסירט נישט די קאַטויליש-נאַציאָנאַליסטישע זשורנאַליסטן. אַבי זיי קענען העצן קעגן ייִדן איז גוט.

אַגבֿ, די אמתע נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען פֿון פּוילן פֿאַראינטערעסירן זיי אויך נישט. נעמט, למשל, די רוסישע אַגרעסיע. פּוטין האָט געבויט מיליטערישע באַזעס אין קאַלינינגראַד ממש לעבן אונדז, וואָס דראָען וואַרשע מיט אַטאָמישע ראַקעטן. אַן אומלעגאַלער אַקט. די קאַלינינגראַד־ענקלאַווע האָט געדאַרפֿט זײַן אַטאָם-פֿריי. די אַנטיסעמיטישע צײַטונגען האָבן אָבער נישט קיין צײַט צו שרײַבן וועגן דעם. פּונקט ווי מיט דער מעשׂה מיט דער כּשרער שחיטה, האָט די קאַטויליש-נאַציאָנאַליסטישע פּרעסע נישט קיין צײַט זיך צו פֿאַרנעמען מיט די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען אונדז דאָ אין פּוילן. זייער מוח איז פֿאַרנומען מיט ייִדן-האַס.

מיר זענען זוכה געווען צו שטיין בראש פֿון זייערע דאגות. אין דעם פֿאַל קען מען אָבער זאָגן: מוחל טובֿות.