אַרכעאָלאָג: כּותל־מערבֿי געפֿינט זיך אין אַ געפֿערלעכן מצבֿ

Archeologist: Western Wall is a ''Danger Zone"

דער וואַלגערשטיין, וואָס איז אַראָפּגעפֿאַלן
Getty Images
דער וואַלגערשטיין, וואָס איז אַראָפּגעפֿאַלן

פֿון ייִט״אַ

Published July 24, 2018.

נאָך דעם וואָס אַ ריזיקער שטיין איז מאָנטיק אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם כּותל־מערבֿי, האָט אַ ישׂראלדיקער אַרכעאָלאָג דערקלערט, אַז דעם גאַנצן פּלאַץ לעבן דעם הייליקן מויער האַלט ער פֿאַר אַ „געפֿערלעכער זאָנע‟.

דער אַרכעאָלאָג, יצחק (צחי) דבֿירה, וואָס פֿאָרשט 18 יאָר אויס דעם הר־הבית און די אַרומיקע געגנט, האָט געזאָגט דער וועבזײַט Times of Israel, אַז עס װעלן אפֿשר פֿאַלן נאָך שטיינער װאָס קענען פֿאַרוווּנדיקן מענטשן.

דער וואַלגערשטיין, וואָס איז מאָנטיק אַראָפּגעפֿאַלן אויף איינער פֿון די טעראַסעס באַשטימט פֿאַרן עגאַליטאַרישן דאַוונען, וועגט 220 פֿונט. ער האָט, צום גליק, קיינעם ניט געטראָפֿן אָבער איז געפֿאַלן זייער נאָענט צו אַ פֿרוי, וואָס האָט דאָרטן תּפֿילה געטאָן.

„איך האָב גאָרניט ניט געהערט אָדער געפֿילט ביז ער האָט געלאַנדעט גלײַך לעבן מײַנע פֿיס‟, האָט די 79־יעריקע פֿרוי געזאָגט דעם ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל „חדשות‟. זי האָט פּרובירט „ניט צו דערלאָזן, אַז דער דאָזיקער אינצידענט זאָל שטערן מײַנע תּפֿילות‟.

דער אַרכעאָלאָג דבֿירה האַלט, אַז ישׂראל „היט ניט אָפּ ווי עס באַדאַרף צו זײַן דעם כּותל־מערבֿי צוליב פּאָליטישע סיבות‟. ער גיט צו, אַז די קאָנטראָווערסיע, צי מע זאָל דערלאָזן אַז קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם־ייִדן זאָלן קענען דאַוונען צוזאָמען האָט דערפֿירט צו דעם, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג טוט ניט אַלץ וואָס מע דאַרף, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז שטיינער זאָלן ניט אַראָפּפֿאַלן. ער האַלט בכלל, אַז די וואָס באַזוכן דעם כּותל־מערבֿי זאָלן שטיין עטלעכע פֿוס אַוועק פֿונעם מויער, איבערגעבנדיק, אַז אַנדערע שטיינער זענען אין די לעצטע יאָרן אַראָפּגעפֿאַלן פֿון ענלעכע מויערן אויפֿן הר־הבית. דער וואַלגערשטיין וואָס איז מאָנטיק געפֿאַלן האָט זיך צעבראָכן אויף צוויי צוליב דער פֿײַכטקייט פֿונעם מאָך װאָס איז געוואַקסן אויף אים.

„עס רעדט זיך דאָ ממש וועגן לעבן און טויט,‟ האָט דבֿירה געזאָגט.

אין 2004 זענען ריזיקע שטיקער פֿונעם כּותל־מערבֿי אַראָפּגעפֿאַלן אום יום־כּיפּור, פֿאַרוווּנדענדיק דערבײַ איין דאַוונער.

דער רבֿ פֿונעם כּותל־מערבֿי האָט מאָנטיק געגעבן זײַן מיינונג און דערמאָנט, אַז דער אינצידענט איז פֿאָרגעקומען אום תּשעה־באָבֿ.

„ס׳איז עפּעס זייער זעלטן, וואָס איז ניט פֿאָרגעקומען שוין צענדליקער יאָרן,‟ האָט הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש געזאָגט. „דער פֿאַקט, אַז אַזאַ אינצידענט איז פֿאָרגעקומען איין טאָג נאָכן תּענית פֿונעם 9טן אָבֿ, אין וועלכן מיר טרויערן אויפֿן חורבן בית־הקדוש, שטעלט מיט זיך פֿאָר פֿראַגעס, וואָס די מענטשלעכע נשמה איז ניט בכּוח צו ענטפֿערן. מע דאַרף מאַכן אַ חשבון־הנפֿש.‟