װאַרשע: בײַם באַשעװיס־פֿעסטיװאַל — קונצן־מאַכערס אין די גאַסן

Warsaw: At the I. B. Singer Festival - Magicians in the Streets

Singer Festival

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 31, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

הײַנט וועלן מיר רעדן וועגן אַ פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר ממש די טעג, „אויף די פֿוסטריט פֿון יצחק באַשעוויס זינגער‟, אָרגאַניזירט, צום גרעסטן טייל, פֿונעם „טעאַטער ען ען‟ אין לובלין.

די שטאָט לובלין, ווי מיר ווייסן, איז דער לאָקוס אַקציאָניס פֿון באַשעוויסעס באַרימטן ראָמאַן „דער קונצן־מאַכער פֿון לובלין‟, זײער אַ פּאָפּולערער ראָמאַן אין פּוילן. במילא האָט מען אים אויך באַאַרבעט פֿאַר דער בינע. הכּלל, „טעאַטער ען ען‟ האָט געבראַכט קונצן־מאַכערס פֿון דער גאַנצער וועלט, פֿון פּוילן ביז מאַרטיניק, זיי זאָלן פֿאַרווירקלעכן באַשעוויסעס קינסטלערישע פֿאַנטאַזיע אויף די גאַסן פֿון לובלין און אַ טוץ אַנדערע שטעט און שטעטלעך.

גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער איך האַלט אַז באַשעוויסעס גבֿורה ליגט אין זײַנע קורצע מעשׂיות, נישט אין זײַנע ראָמאַנען. „דער קונצן־מאַכער פון לובלין‟ איז אַ ראָמאַן. נאָך אַ זאַך: באַשעוויסן איז די וועלט פֿון לומדים געווען אַ סך נעענטער ווי די וועלט פון קונצן־מאַכערס, אָבער ווי איר זעט אַליין, האָט די וועלט מײַנע השׂגות אין דער לינקער פּאה. צוריקגעשמועסט, זענען קונצן־מאַכערס מער צוטריטלעך פֿאַרן עולם ווי צדיקים און גדולים בתּורה.

אָבער גענוג חקירות און צוריק צום הײַנטיקן פֿעסטיוואַל. דער פֿעסטיוואַל פֿאָרט איבער צוועלף שטעט און שטעטלעך וואָס באַשעוויס באַשרײַבט אין זײַנע טעקסטן, פֿון לובלין ביז כעלם. מײַן באַליבטסט שטעטל אויף דער דאָזיקער נסיעה איז טישעוויץ. פֿאַר וואָס? צוליב דער וווּנדערלעך שיינער דערציילונג „מעשׂה טישעוויץ‟.

אַקראָבאַטן און פֿײַער־וואַרפֿערס, טענצערס און מוזיקערס, קונצן־מאַכערס און סתּם אַקיטאָרן וועלן פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף יעדן שריט און טריט.

וואָס שייך העכערער קונסט איז אַזוי: װי אַ טײל פֿונעם פֿעסטיוואַל פֿירט די ישׂראלדיקע טרופּע „תּיאטרון הנפֿש‟ אויף אַ דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויסעס „גימפּל תּם‟. איך האָב געזען די גאָר שיינע ייִדישע ווערסיע פֿונעם דאָזיקן ספּעקטאַקל אין רומעניע, אָבער אין ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל שפּילט מען דווקא די ענגלישע ווערסיע וואָס סאָל בעלאָ האָט באַרימט געמאַכט.

סלאַוואָמיר גרינבערגס פֿילם, Karski and the Lords of Humanity [יאַן קאַרסקי און די הערשערס פֿון דער מענטשהײט], איז אויך אַ טייל פון דער פֿעסטיוואַל-פּראָגראַם. דער פֿילם דערציילט וועגן דער שליחות פֿונעם פּוילישן פּראָפֿעסאָר יאַן קאַרסקי קיין ענגלאַנד און אַמעריקע בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די פּוילישע רעגירונג אין לאָנדאָן האָט אים געהאַט אַרויסגעשמוגלט פֿון פּוילן כּדי ער זאָל דערציילן די ענגלישע און אַמעריקאַנער פֿירער וועגן דעם דײַטשישן גענאָציד פֿון די ייִדן אין פּוילן וואָס ער האָט געהאַט געזען מיט די אייגענע אויגן. די מנהיגים פון דער וועלט, און טעאָדאָר רוזוועלט בראש, איז אָבער װײניק אָנגעגאַנגען די ייִדישע טראַגעדיע. קאַרסקיס באַריכט װעגן דעם ייִדישן גענאָציד האָט מען פּשוט נישט געוואָלט הערן. אינעם פֿילם דערציילט קאַרסקי אַז נאָך דעם װי ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן טראַגישן באַריכט האָט רוזוועלט געשטעלט פֿראַגעס וועגן דעם מצבֿ פֿון די פֿערד אין פּוילן.

און מיט אָט דער טרויעריקער שורה ענדיק איך הײַנט מײַן באַריכט.