עופֿר דינס — איינער פֿון אַ נײַעם דור ייִדיש־פֿאָרשערס

Ofer Dynes – Part Of a New Generation of Yiddish Scholars

Forverts Montage

פֿון דוד־הירש ראָסקעס

Published August 13, 2018.

ס’איז אַ סוד פֿֿאַר גאַנץ בראָד אַז די „אַקציעס‟ פֿֿון דער הומאַניסטיק זענען שטאַרק געפֿֿאַלן. אין ישׂראל, וווּ אַלע פֿֿינף אוניווערסיטעטן ווערן געשטיצט פֿֿון דער מלוכה, איז דאָס באַזונדערס אָנזעעוודיק. אָנהייב איצטיקן יאָרהונדערט האָט די רעגירונג מקריבֿ געווען די אוניוועריסיטעטן אויפֿֿן מזבח פֿֿון עקאָנאָמישן צימצום. זענען גאַנצע אָפּטיילונגען ממש אָפּֿגעווישט געוואָרן פֿֿון דער אַקאַדעמישער מאַפּע, און אַפֿֿילו אַזעלכע וויכטיקע פֿֿאָרש־תּחומען ווי תּלמוד און העברעיִשע ליטעראַטור זענען געבליבן פֿֿאַריתומט. פֿֿאַראַן וועגן דעם אַ גאַנצער פֿֿאָלקלאָר. מע זאָגט, אַז אין דעם און דעם אוניווערסיטעט איז פֿֿון דער תּלמוד־אָפּֿטיילונג געבליבן אַ תּלמיד־אָפּֿטיילונג. מע זאָגט, אז די מדעי הריווח, ד”ה די רווחדיקע וויסנשאַפֿֿטן, ווי קאָמפּיוטערײַ אָדער עקאָנאָמיע, האָבן אין גאַנצן פֿֿאַרשטויסן די מדעי הרוח, די הומאַניסטיק.

טאַקע דערפֿֿאַר האָט דער העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים מיט אַ חודש צוריק אַרויסגענומען אַ גרויסן אַנאָנס אין „הארץ‟, כּדי צו באַגריסן די צוואַנציק נײַע פּֿאָזיציעס אינעם פֿֿאַקולטעט פֿון הומאַניסטיק. „אָט איז דער נײַער פּּערסאָנאַל וואָס שליסט זיך אָן אין אונדזערע רייען‟ רופֿט אויס דאָס פֿײַערלעכע קעפּּל אין קידוש־לבֿנה־אותיות, און אונטן שטייט אַ פּּסוקימדיקער ציטאַט פֿון אַלבערט אײַנשטיין וועגן דער שיינקייט פֿון דער הומאַניסטיק. ווי באַלד די נעמען זענען אויסגעסדרט לויטן אַלף־בית, ניט לויט זייער תּחום, דאַרף מען איבערלייענען די רשימה מיט קאָפּּ איידער מע כאַפּּט זיך אַז דער זיבעטער נאָמען, עופֿר דינס, איז אויפֿן תּחום פֿון ייִדיש, און אַז צום סוף פֿון דער רשימה, אונטערן אות „פֿ,‟ זענען פֿאַראַן גאַנצע צוויי פּּאָזיציעס אויף תּלמוד. צי תּלמידים וועלן זיך יאַווען קען קיינער ניט וויסן—אָבער דערווײַלע וועלן יונגע כּוחות פּּרוּוון פֿאַרזיכערן דעם אַקאַדעמישן קיום פֿון פֿאַרשיידענע תּחומען וואָס זענען געשטאַנען אין סכּנה.

ס’איז אויך קיין סוד ניט וואָס פֿאַר איטלעכער פּּאָזיציע אויף הומאַניסטיק זענען פֿאַראַן צענדליקער, צו מאָל אַפֿילו הונדערטער, אַפּּליקאַנטן. אויף דעם ייִדיש־פּּאָסטן אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, למשל, האָבן אָנגעגעבן עלף קאַנדידאַטן: זעקס פֿרויען און פֿינף מאַנצבילן. פֿון זיי זענען זעקס ישׂראל־געבוירענע און פֿינף — געבוירענע אין אויסלאַנד. עס וואָלטן אַוודאי געקענט זײַן דרײַ מאָל אַזוי פֿיל, ווען ניט צוויי פֿאָדערונגען: דער אַפּּליקאַנט האָט געמוזט קענען לערנען סײַ אויף עבֿרית, און סײַ אויף ייִדיש. מילא, העברעיִש איז פֿאַרשטענדלעך, אָבער ייִדיש — לאַוו־דווקא. פֿאַראַן אַ היפּּשע צאָל אַקאַדעמישע אינסטאַנצן וווּ דער לימוד פֿון ייִדישער ליטרעראַטור און קולטור פֿירט זיך אויסשליסלעך אויף דער לאַנדשפּּראַך. אַוודאי לערנט מען זיך אויס צו לייענען ייִדיש, און מע רעדט אויף ייִדיש אין די שפּּראַכקורסן, אָבער געוויינטלעך, בײַ דעם ענדיקט זיך עס.

איז ווי קומט עס וואָס דווקא אין העברעיִשן אוניווערסיטעט זאָל די שפּּראַך־פּּאָליטיק זײַן אַזוי „ייִדישיסטיש‟? עס נעמט זיך דערפֿון וואָס די ייִדיש־פּּראָגראַם אין ירושלים איז אײַנגעגלידערט אין אַ צווישן־אוניווערסיטעטישער מאַגיסטער־פּּראָגראַם מיטן תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. פּונקט ווי תּ”אָ האָט פֿאַר אַ יאָרן אָנגעשטעלט א יונגן געלערנטן, ד”ר חנה פּּאָלין־גלאַי פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זי זאָל אָנפֿירן מיט דער נײַ־עטאַבלירטער ייִדיש־פּראָגראַם, אזוי האָט מען אָנגעשטעלט אַ מענטש פֿון ייִנגערן דור, ד”ר עופֿר דינס, איבערצונעמען די עלטסטע און חשובֿסטע ייִדיש־אָפּּטיילונג אויף דער וועלט. אין ביידע פּּאָזיציעס, האָט מען געזוכט עמעצן וואָס זאָל קענען לערנען סײַ אויף עבֿרית, סײַ אויף ייִדיש. אַ חוץ דעם האָט מען געפֿאָדערט פֿון דער ייִדיש־פּּאָזיציע אין ירושלים אַז דער קאַנדידאַט זאָל קענען מיטאַרבעטן מיט דער שוועסטער־אינסטיטוציע אין תּל־אָבֿיבֿ. מיט אַנדערע ווערטער, די זוך־קאָמיסיע (וווּ איך האָב געדינט ווי א מיטגליד אָן שטימרעכט) האָט געזוכט עמעצן וואָס זאָל קענען אַרבעטן בשותּפֿות כּדי אויפֿצובויען אן אַרומנעמיקע, בלײַביקע ייִדיש־פּּראָגראַם פֿאַר אַ נײַעם דור סטודענטן.

עופֿר דינס געהערט צו אָט דעם נײַעם דור. אין דער היים בײַ אים אין תּל־אָבֿיבֿ האָט מען ניט גערעדט קיין ייִדיש. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט אויפֿן אוניווערסיטעט. כאָטש קיינער האָט אים ניט גענייט דערצו, און איך ווייס אַפֿילו ניט צי עמעצער האָט אים צוגערעדט דערצו, האָט ער זיך אויסגעלערנט שרײַבן און רעדן אויף ייִדיש אויך. ווער ווייסט? אפֿשר האָבן זײַנע לערערס (נאָווערשטערן, ראָסקעס, ווײַס, א”אַנד) אים געדינט ווי אַ מוסטער? ווי עס זאָל ניט זײַן, איז עופֿרס דרך פֿון סאַמע אָנהייב אָן געווען אַ פֿאַרגלײַכיקער. אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט ער באַקומען סײַ דעם באַקאַלאַוואַר, סײַ דעם מאַגיסטער, אין צווישנפֿעלדיקע לימודים, אין זײַן פֿאַל: ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור און ייִדישע געשיכטע. די מאַגיסטער־אַרבעט האָט ער געשריבן וועגן אהרן צייטלינס ערשטע יאָרן אין ניו־יאָרק, ווי אַ דוגמא פֿון פּויליש־ייִדישער איבערוואַנדערונג קיין אַמעריקע. דעם דאָקטאָראַט האָט ער געשריבן אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט אויף אַ טעמע וואָס נעמט אַרום ליטעראַטור, געשיכטע און יוריספּרודענץ; ייִדיש, העברעיִש, פּּויליש און דײַטש. בײַם הײַנטיקן טאָג איז ער צווישן די געציילטע קענערס פֿון דער גאַנצער, פֿילשפּֿראַכיקער, השׂכּלה־ליטעראַטור. לויט מײַן מיינונג איז ער דער איינציקער וואָס לייגט דעם טראָפּ אויף אירע שייכותן מיטן 21סטן י”ה. בײַ זײַן פֿאַרהער אין ירושלים, סוף דעצעמבער 2017, האָט ער אָנגעהויבן דעם רעפֿעראַט מיט דער פֿראַגע: פֿאַר וואָס איז ליטעראַטור וויכטיק און פֿאַר וואָס איז די ייִדישע ליטעראַטור וויכטיק? דערויף האָט ער געהאַט וואָס צו ענטפֿערן.

ווי באַלד איך בין א נוגע־בדבֿר, ניט קיין ריין־אָביעקטיווער רעפּאָרטער, קען איך דעם לייענער אויסזאָגן א סוד פֿון חדר. תּלמידים וועלן זיך יאָ יאַווען אויף די קורסן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ. אויף דער מאַגיסטער־פּּראָגראַם אויפֿן קומענדיקן יאָר האבן זיך שוין פֿאַרשריבן אַ צאָל אויסערגעוויינטלעך פֿעיִקע סטודענטן. איז לאָמיר טאַקע האָפֿן אַז אונדזערע יונגע פּראָפֿעסאָרן וועט זיך אײַנגעבן ניט נאָר צו שאַפֿן אַ סבֿיבֿה אַרום זיך, נאָר אַ ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה אויך.