אַ ייִדיש־וואָך — אין גריכנלאַנד

A Yiddish Week in Greece

דער טעמפּל לכּבֿוד פּאָסיידאָן וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿונעם האָטעל און אַ טיפּישע גריכישע פּלאַזשע.
Getty Images/Wikimedia
דער טעמפּל לכּבֿוד פּאָסיידאָן וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿונעם האָטעל און אַ טיפּישע גריכישע פּלאַזשע.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 23, 2018.

כאָטש גריכנלאַנד פֿאַרמאָגט אַ בכּבֿודיקע 2,400־יעריקע ייִדישע געשיכטע, איז עס ווײַט ניט קיין אָרט, וואָס קומט אין זינען ווען מע דערמאָנט די ייִדישע שפּראַך.

ייִדיש האָט מען יאָ אַ ביסל גערעדט אין סאַלאָניקע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אָבער אַזוי ווי אין קאַיִר איז די שפּראַך געווען בלויז אַ צײַטווײַליקער פֿענאָמען בײַ עטלעכע הונדערט אימיגראַנטן. די גריכישע ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט גערעדט אויף פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן פֿון גריכיש (איבערהויפּט יעוואַניש, די שפּראַך פֿון די אַלט־געזעסענע גריכישע ייִדן) און דזשודעזמע, וואָס אַ דאַנק די ריזיקע כוואַליעס ספֿרדישע ייִדן וואָס האָבן זיך דאָרטן באַזעצט נאָך 1492, איז זי געבליבן די הויפּטשפּראַך בײַ ייִדן ביזן חורבן.

דווקא גריכנלאַנד וועט אָבער אויף איין וואָך אין דעצעמבער ווערן אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער וועלט. דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ און „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ האָבן לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז די צוויי מערבֿ-אייראָפּעיִשע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס אָרדענען אײַן אַ ייִדיש־שפּראַכיקע וואַקאַציע־פּראָגראַם אויפֿן סמך פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟. די פּראָגראַם, „ייִדיש־מאַראַטאָן,‟ וועט פֿאָרקומען פֿון דאָנערשטיק, דעם 27סטן דעצעמבער ביז דאָנערשטיק, דעם 3טן יאַנואַר און אַרײַננעמען סײַ רעפֿעראַטן, סײַ עקסקורסיעס צו דער פּלאַזשע.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אין סוניואָן, אויפֿן האַלבאינדזל אַטיקי. מע וועט אײַנשטיין אינעם „סאַראָן האָטעל‟, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם ברעג־ים און ניט ווײַט פֿון אַ באַרימטן אוראַלטן טעמפּל לכּבֿוד דעם גריכישן ים־גאָט פּאָסיידאָן.

די צימערן װוּ די באַטײליקטע װעלן אײַנשטײן װערן אויסגעשטאַט מיט אַ טעלעוויזאָר און צוטריט צו דער אינטערנעץ. די פּראָגראַם, װאָס נעמט אַרײַן צוויי מאָלצײַטן אַ טאָג, קאָסט 470 אייראָ פֿאַר די וואָס ווילן אײַנשטיין אין אַן אײגענעם צימער; 350 אייראָ פֿאַר די וואָס ווילן אײַנשטיין אין אַ צימער פֿאַר צוויי מענטשן, און 310 אייראָס פֿאַר די וואָס ווילן אײַנשטיין אין אַ צימער פֿאַר דרײַ אָדער פֿיר מענטשן. קינדער צווישן 6 און 12 יאָר אַלט קענען אײַנשטיין פֿאַר 140 אייראָס און קינדער וואָס זענען ייִנגער פֿון 6 יאָר אַלט זענען בחינם.

כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט //www.yiddishweb.com/marathon/ אָדער שרײַבט marathon@yiddishweb.net.

כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, באַזוכט: https://www.helloasso.com/associations/maison-de-la-culture-yiddish-bibliotheque-medem/evenements/-2.