פֿון אונדזער אַרכיוו: אַ ביטער ליד פֿון מאַני לייב

From the Forverts Archives: A Dark Poem by Mani Leib

Wikimedia/Forverts Montage

פֿון מאַני לייב און יונה לובין

Published October 11, 2018.

לכתּחילה געדרוקט דעם 22סטן פֿעברואַר 1953

און ווידער…

און ווידער און ווידער און ווידער —
גאָטס גזר איז נאָך בײזער און גרעסער,
ווען בלוט פֿון פֿאַרוואָגלטע ברידער
רינט אויך פֿון זײַן מערדערישן מעסער.

אָ, ער, וואָס האָט הײליק געפּרײדיקט,
אַז אײנס איז דאָס בלוט פֿון פֿאַריאָכטן,
ער האָט זײער בלוט ניט פֿאַרטײדיקט —
בלינד האָט ער אַלײן זײ געשאָכטן!

ער האָט אונטער הײליקע פֿאָנען
פֿאַרגאָסן דאָס בלוט פֿון די ברידער…
רין, בלוט, דיך וועט אײביק דערמאָנען
דאָס פֿאָלק דורך די טרערן און לידער!

און דו…

און אַלץ איז אַוועק און — אַוועק:
די שיכּורע מעסערס מיט העק,
די קאַלכאויוונס, גרוילן און גסיסות,
און שפֿלע־הײליקע מיתות.

און וואָס איז פֿאַרבליבן אונדז — וואָס?
נאָר אַש, און גאָטס הײליקער אות,
וואָס מאָנט פֿונעם אַש מיט אַ פֿינגער…
און דו — אַ פֿאַריתומטער זינגער.