וויסנשאַפֿטלעכע שטודיע: לייגן תּפֿילין קאָן זײַן גוט פֿאַרן האַרץ

Scientific Study: Laying Tefillin Can Protect Your Heart

פֿון ייִט״אַ

Published October 17, 2018.
Getty Images

אַ נײַע שטודיע גיט אָנצוהערן, אַז די ייִדן וואָס לייגן תּפֿילין בײַם דאַוונען שטאַרקן דערבײַ דאָס האַרץ. 

לויט אַ גרופּע פֿאָרשער בײַם סינסינאַטער אוניווערסיטעט, געניסן די ייִדן וואָס לייגן תּפֿילין פֿון אַ געזינטערן האַרץ, ווײַל די לעדערנע רימענס פֿאַרקלערן אויף אַ קורצער צײַט די צאָל זויערשטאָף־קעמערלעך, וואָס דער האַרצמוסקל באַקומט. דאָס דינט, אַ פּנים, ווי אַ מין פֿיזישע געניטונג, ווײַל דאָס האַרץ נעמט קלאַפּן שטאַרקער און במילא איז דאָס געזינטער.

אַזוי ווי מיט פֿיזישע געניטונגען, קען דאָס לייגן תּפֿילין פֿאַרשטאַרקן דאָס האַרץ אינעם פֿאַל פֿון אַ האַרצאַטאַק, ווען אַ טייל פֿונעם אָרגאַן באַקומט ניט גענוג זויערשטאָף. בעת אַ האַרצאַטאַק ווערט דער מוסקל צום־מערסטנס באַשעדיקט, ווען עס באַקומט מיט אַ מאָל אַ סך זויערשטאָף נאָכן ווערן אַ געוויסע צײַט באַרויבט פֿון אים. דאָס לייגן תּפֿילין קען, אַ פּנים, „טרענירן‟ דאָס האַרץ צו פֿונקציאָנירן פֿלינקער, ניצנדיק ווייניקער בלוט און זויערשטאָף. 

די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע זענען לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם „אַמעריקאַנער זשורנאַל פֿון האַרץ און צירוקולאַציע־פֿיזיאָלאָגיע‟..

ד׳׳ר דזשעק רובנשטיין, דער הויפּט־מחבר פֿונעם אַרטיקל, האָט געזאָגט דעם סינסינאַטער אוניווערסיטעט: „מיר האָבן אַנטדעקט, אַז די וואָס טראָגן תּפֿילין, צי אויף אַ קורצער צײַט, צי אויף אַ לענגערער צײַט, געניסן פֿון אַ פֿאַרבעסערטן בלוטשטראָם. אַז דאָס בלוט פֿליסט בעסער, האָט דער פּאַציענט אַ בעסערן רעזולטאַט אין פֿאַל פֿון אַ האַרצאַטאַק.‟ 

פֿריִערדיקע שטודיעס אין ישׂראל האָבן אויך געוויזן, אַז בײַ פֿרומע ייִדישע מאַנצבילן איז קלענער די ריזיקע פֿון שטאַרבן פֿון האַרץ־פּראָבלעמען ווי בײַ ניט־פֿרומע מענער.