פֿאָרווערטס־גאַלאַ וועט אָפּגעבן כּבֿוד ייִדישע זשורנאַליסטקעס

Forward Gala To Honor Jewish Women Journalists

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published November 06, 2018.
דענאַ באַש און דזשיין אײַזנער
Forward/Forverts Montage
דענאַ באַש און דזשיין אײַזנער

נאָכן דערפֿאָלג פֿון איר פֿאַראַיאָריקן גאַלאַ, וואָס האָט אָפּגעמערקט 120 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ, אָרדנט די „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟ הײַיאָר אײַן נאָך אַ גאַלאַ. דער אָוונט, וואָס וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 5טן דעצעמבער, בײַם מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה אין מאַנהעטן, וועט אָפּגעבן כּבֿוד פֿיר ייִדישע פֿרויען, וואָס זענען פּיאָנערינס אינעם פֿעלד פֿון זשורנאַליזם.

קודם וועט מען אָפּגעבן כּבֿוד דזשיין אײַזנער, וואָס פֿײַערט איר צענטע יאָר ווי די רעדאַקטאָרשע פֿונעם Forward. אײַזנער, דער דריטער מענטש צו רעדאַקטירן די צײַטונג, איז געווען די ערשטע פֿרוי צו דינען ווי רעדאַקטאָר פֿונעם Forward. איידער זי האָט אָנגעהויבן איר פּאָסטן בײַם Forward האָט זי לאַנגע יאָרן געאַרבעט בײַ דער Philadelphia Inquirer, וווּ זי איז געווען די רעדאַקטאָרשע פֿון מיינונגס־אַרטיקלען.

אַחוץ אײַזנערן וועט מען אויך אָפּגעבן כּבֿוד דזשיל אַבראַמסאָן, די ערשטע פֿרוי צו דינען ווי די הויפּט־רעדאַקטאָרשע פֿונעם „ניו־יאָרק־טײַמס‟ אין דער 160־יעריקער געשיכטע פֿון דער לעגענדאַרער צײַטונג; לין פּאָוויטש, אַ לאַנגיאָריקע שרײַבערין פֿאַר Newsweek, וואָס האָט אָנגעקלאָגט דעם באַרימטן זשורנאַל אין געריכט פֿאַרן ניט יושרדיק באַהאַנדלען זײַנע זשורנאַליסטקעס און איז שפּעטער אַליין געוואָרן דעם זשורנאַלס ערשטע הויפּט־רעדאַקטאָרשע; און דענאַ באַש, די הויפּט פּאָליטישע קאָרעספּאָנדענטקע אויף CNN.

בילעטן אויפֿן גאַלאַ קאָסטן 750$ און מע קען אויך העלפֿן אונטערצושטיצן דעם אָוונט דורכן געבן אַ באַשטײַער פֿון 2,500$ ביז 100,000$ דאָלאַר.

נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: caplan@forward.com.