ניו־יאָרקער דעביוט פֿונעם ספּעקטאַקל „הילצערנע מלחמות‟

New York Debut of the Play "Wooden Wars"

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published December 20, 2018.

יאַנאַ מאַזורקיעוויטש־מײַסאַראָש, אַ ייִדישע כּלל־טוערין וואָס פֿירט הײַנט אָן מיט דער סאַן־דיעגאָער אָרגאַניזאַציע Yaaana (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר „אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישער קונסט און אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין צפֿון־אַמעריקע), האָט ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט אָנגעשריבן די פּיעסע „הילצערנע מלחמות‟.

די פּיעסע, אויף ייִדיש, ענגליש און פּויליש, באַטראַכט די הײַנטצײַטיקע פּויליש־ייִדישע באַציִונגען און די ראָלע פֿונעם היסטאָרישן זכּרון דורכן סימבאָל פֿון די „הילצערנע ייִדן‟, די פֿיגורקעס פֿון ייִדן וואָס מע זעט הײַנט אויף טריט און אויף שריט אין פּוילן. די פּיעסע שילדערט די איבערלעבונגען פֿון צוויי פּוילישע שוועסטער, וואָס דערוויסן זיך אַז זיי האָבן ייִדישע וואָרצלען און באַשליסן דערפֿאַר זיך צו לערנען ייִדיש, אָבער גייען דערנאָך אויף גאָר אַנדערע לעבנסוועגן. אַחוץ דער ערנסטער שילדערונג פֿון דעם, ווי עטלעכע העלדן ראַנגלען זיך מיט זייער ייִדישער אידענטיטעט, מישן זיך אויך אַרײַן אַ ריי הומאָריסטישע עלעמענטן, אַרײַנגערעכנט אַ ייִדיש־רעדנדיקן יעזוס.

זונטיק, דעם 23סטן דעצעמבער, וועט מען צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק ווײַזן אַ פֿילם פֿון אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער פּיעסע. די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען 2:45 נאָכמיטאָג בײַם „Y‟ אויף דער 14טער גאַס אין מאַנהעטן ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, און כּדי צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט.