קאַראַאָקע און אַ חתונה אויף ערשטער ייִדיש־װאָך אין אײראָפּע

Karaoke and a Wedding at First Yiddish Week in Europe

פֿון עטל ניבאָרסקי

Published January 11, 2019.
בשעת דער חתונה
Courtesy of Yaakov Blum
בשעת דער חתונה

(אַ פּערזענלעכער באַריכט פֿונעם „ייִדיש־מאַראַטאָן‟ אין גריכנלאַנד).

די פֿון אײַך, פֿאָרווערטס־לייענער, וואָס האָבן הנאה זיך צו פֿאַרנעמען מיט אינטענסיווע פֿיזישע אַקטיוויטעטן אין דער פֿרײַער צײַט, וועלן זיך זיכער פֿרייען צו הערן וועגן דעם לעצטן שפּאָגל נײַעם חידוש: ייִדיש־מאַראַטאָנען. אויף אַ ייִדיש־מאַראַטאָן איז די וואָס לויפֿט דווקא די צײַט און נישט דער ייִדישיסט, נאָר ער בלײַבט פֿאָרט אויסגעמוטשעט (אויף אַ גוטן אופֿן, פֿאַרשטייט זיך), פּונקט ווי נאָכן אַריבערשפּאַנען די סיום־ליניע נאָך צוויי און פֿערציק ברענענדיקע קילאָמעטער, אויב נישט נאָך מער.

נאָך אַזאַ דראַמאַטישן אָנהייב, מוז מען דאָך דערקלערן אין וואָס עס גייט. איר פֿרעגט זיך זיכער וואָס זשע טוט מען אויף אַ ייִדיש־מאַראַטאָן, אַז מען ווערט אַזוי גוט אויסגעמוטשעט? אָט זענען אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון אַקטיוויטעטן אין וועלכע מע קען אָנטייל נעמען אויף אַ טיפּישן ייִדיש־מאַראַטאָן: מע קען טאַנצן ייִדישע און אַפֿריקאַנער פֿאָלקסטענץ, מע קען מאַכן מאָזאַיִקן פֿון פֿאַסאָליעס, מע קען זינגען „טײַטש־קאַראַאָקע“, מע קען הערן (און האַלטן) רעפֿעראַטן וועגן פֿאַרשיידענע טעמעס (פֿון דעם רעש אין ווײַטשעפּל ביז צו אַ פּסיכאָאַנאַליטישן קוקווינקל אויף טראַוומע און לשון אין סוצקעווערס ערשטע חורבן־שאַפֿונגען), מע קען אויסקנייטשן אָריגאַמי־פֿיגורן, מע קען זינגען ניגונים, מע קען שפּילן אין סקראַבל אויף ייִדיש, מע קען פֿאָרשטעלן מוזיקאַלישע טויט־קאָמישע גריכישע טראַגעדיעס, מע קען קאָכן געפֿילטע ווײַנבלעטער אָדער גרייטן וועגאַנישע שאָקאָלאַד־טרופֿליעס, מע קען זיצן אויף אַ לייענקרײַז צי אויף אַ פֿעלדענקרײַז (מיט שטולן), מע קען חתונה האָבן… יעדער איינער קען געפֿינען אַן אַקטיוויטעט וואָס פּאַסט צו זײַן אָדער צו איר געשמאַק.

אָט די ריי אַקטיוויטעטן (וואָס זענען נאָך ווײַט נישט אַלע וואָס זענען פֿאָרגעלייגט געוואָרן אויפֿן מאַראַטאָן) קענען אפֿשר קלינגען ווי אַ רשימה פֿון כּלערליי מאָדנע זאַכן וואָס מענטשן וואָלטן דווקא נישט אויסגעקליבן צו טאָן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. אין דעם פֿאַל, איז דאָס שיינע אַז אויפֿן ייִדיש־מאַראַטאָן האָבן זיי געפּאַסט צוזאַמען ווי אַ קלאַמקע צו אַ טיר אָדער ווי ציטאַטן פֿון אויסגעדראָשענע ייִדישע לידער צו אַן אַרטיקל אויף ייִדיש, און זיך גוט געקלעפּט אין זכות פֿון דער בשותּפֿותדיקער ליבשאַפֿט און אָפֿנקייט צו יעדער אַקטיוויטעט (כּל־זמן זי איז אַ געלעגנהייט צו שמועסן מיט אַנדערע אויף ייִדיש) וואָס האָט פֿאַראייניקט די אָנטייל־נעמער, אַזוי ווי אויך אין זכות פֿון דער גרייטקייט פֿון די אָנטייל־נעמער זיך צו טיילן מיט זייערע קענטענישן און פֿעיִקייטן — אָדער אין פֿאַל פֿון טײַטש־קאַראַאָקע: זיך צו טיילן מיט זייערע אומפֿעיִקייטן אויף אַ בינע מיט אַ מיקראָפֿאָן אין דער האַנט.

טײַטש־קאַראַאָקע איז אַ גאַנץ נײַער און שעפֿערישער אײַנפֿאַל פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט צום ערשטן מאָל דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער אויפֿן ייִדיש־קורס אין פּאַריז. דער ציל איז צו זינגען אַ ספּאָנטאַן־איבערגעזעצטע ווערסיע פֿון אַ באַקאַנט נישט־ייִדיש ליד, בשעת מע הערט די קאַראַאָקע־מוזיק אין הינטערגרונט און בשעת־מעשׂה ווערט פּראָיעצירט דער אָריגינעלער טעקסט. עס קלינגט אפֿשר נישט צו קאָמפּליצירט, אָבער אין דער פּראַקטיק האָבן זיך באַקומען זייער אינטערעסאַנטע וואַריאַנטן און אַפֿילו דועטן, ווען מענטשן האָבן געמאַכט ספּאָנטאַנע איבערזעצנגען ווי למשל „עופֿעלע“ אַנשטאָט „baby“ בײַ די ליבעלידער, אָדער „מאַמע מרים“ אַנשטאָט „Mother Mary“ פֿונעם באַרימטן „ביטלס‟־ליד, Let It Be. צווישן די שלאַגערס וואָס מע האָט געזונגען (בעסער געזאָגט — געקרייט): „פֿרעמדע אין דער נאַכט‟, „שטעל זיך פֿאָר‟, „אַ גאַנץ נײַע וועלט‟, „מיר זענען די זיגערס‟ און „בריק איבער פּראָבלעמאַטיש וואַסער‟. דאָס זענען נאָר בײַשפּילן, אָבער ער אילוסטרירט גוט דעם גאַנצן גײַסט פֿון אַ ייִדיש־מאַראַטאָן.

פֿון דער גאָרער וועלט האָבן פֿרײַנד און ליבהאָבער פֿון ייִדיש זיך צוזאַמענגעקליבן אויף אַ גאַנצער וואָך צווישן פֿרײַטיק, דעם 28סטן דעצעמבער און דאָנערשטיק, דעם 3טן יאַנואַר דווקא אין סוניאָן, גריכנלאַנד. דער געדאַנק וואָס איז געשטאַנען הינטער אָט דער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך „ייִדיש־ווײַמאַר“ און דעם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם-ביבליאָטעק“, איז געווען צו דערמעגלעכן ייִדיש־ליבהאָבער, וואָס עס איז זיי שווער צו קומען קיין אַמעריקע, הנאה צו האָבן פֿון זייער אייגענער „ייִדיש־וואָך‟. מען קען זאָגן אַז דער רעזולטאַט איז געווען אַ היפּשע הצלחה. דער דאַטע-אויסקלײַב איז געווען סטראַטעגיש גוט, ווײַל עס האָט זיך באַקומען אַזוי אַז אַחוץ דער געטיילטער ליבע צו אַ קולטור האָט מען צוזאַמען געפּראַוועט אויף ייִדיש אויך דאָס וועלטלעכע נײַ־יאָר און די חתונה פֿון די ייִדישיסטן, יאַנקל־פּרץ בלום מיט מירא־רבֿקה קאַנינג. דערבײַ איז דאָס געווען אַ דערהויבענע געלעגנהייט צו פּראַקטיצירן די טענץ וואָס מען האָט זיך געלערנט אין די וואַרשטאַטן.

מע הערט זיך צו צו אַ רעפֿעראַט
Ethel Niborski
מע הערט זיך צו צו אַ רעפֿעראַט

אין דעם ייִדיש־מאַראַטאָן האָבן אָנטייל גענומען אַרום אַכציק מענטשן; צווישן זיי —משפּחות מיט קינדער, סטודענטן און פּענסיאָנערן פֿון רוסלאַנד, ענגלאַנד, ישׂראל, פֿראַנקרײַך, די פֿאַראײניקטע שטאַטן און עטלעכע אַנדערע לענדער. ס׳האָבן זיך געשאַפֿן נײַע באַקאַנטשאַפֿטן, חבֿרשאַפֿטן און אינטערעסאַנטע קולטור־אויסטוישן ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָסמאָפּאָליטישער קהילה. אַזוי ווי דער מאַראַטאָן איז פֿאָרגעקומען אין האָטעל „סאַראָן‟ — אַ היימישער האָטעל אָנגעפֿירט פֿון איין משפּחה — איז אויך געווען אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די גאַסטפֿרײַנדלעכע אַרבעטער פֿון האָטעל וואָס האָבן אַפֿילו מיטגעשפּילט גריכישע מוזיק אויף אונדזערע מוזיק־אָוונטן — אַן אַנדער אינטערעסאַנטער קולטור־אויסטויש.

דער האָטעל געפֿינט זיך בײַם ברעג פֿון מיטלענדישן ים, האָט מען אויך געקענט אַרויסגיין שפּאַצירן אויף דער פּלאַזשע ווען מען האָט געהאַט אַ רגע זיך אָפּצורוען צווישן אַקטיוויטעטן, און הנאה האָבן פֿון אַ קליין ביסל גריכישער לאַנדשאַפֿט (צוזאַמען מיט אַ גרויסן ביס פֿון דער גריכישער קעלט אין יאַנואַר). אויסניצנדיק דעם פֿאַקט, איז אויך אָרגאַניזירט געוואָרן אַ ספּעציעלע עקסקורסיע פֿאַר די אָנטייל־נעמער צום „פּאָסיידאָן־טעמפּל“ וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט, אויף וועלכן לאָרד בײַראָן האָט אַ מאָל אײַנגעקריצט זײַן חתימה בעת אַ באַזוך אין גריכנלאַנד (וועגן דער מעשׂה איז אויך געהאַלטן געוואָרן אַ רעפֿעראַט).

דעם מאַראַטאָן האָט מען פֿאַרענדיקט דעם לעצטן אָוונט מיט אַ סיום־צערעמאָניע, אין וועלכער פֿינף פֿאַרשיידענע גרופּעס האָבן געשפּילט קורצע סצענקעס. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מאַראַטאָן האָבן מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער געהאַט צעטיילט דעם עולם אויף גרופּעס און יעדע גרופּע האָט געדאַרפֿט צוגרייטן אַ „קלייניקייט‟. צווישן די פֿאָרגעשטעלטע העלדן זענען געווען יענטע די איילבערטן־הענדלערקע, אַבֿרהם פּאָסיידאָנאָוויטש, אַ גריכישע גאָלדענע פּאַווע און אָדיסעוס דער זייגער־מאַכער. דער מוסר־השׂכּל וואָס איז אַרויסגעשוווּמען פֿון צווישן די מיטלענדישע כוואַליעס פֿון יעדן איינעם פֿון די פּיעסעלעך איז געווען גאַנץ קלאָר: לשנה-הבאה אויף אַ צווייטן ייִדיש־מאַראַטאָן. דאָס איז חלילה נישט קיין רעקלאַמע־אַרטיקל, נאָר פֿון אַ פּערזענלעכן קוקווינקל קען איך שרײַבן אַז עס וועט זײַן געוווּנטשן, אויב איינער פֿון די באַשלוסן אויפֿן נײַעם יאָר וועט זײַן צו אַרבעטן און שטרעבן צו אַן איבערחזרונג פֿון אָט דער אינספּירירנדיקער אונטערנעמונג אויך איבער אַ יאָר.

אַ גרופּע קינדער אויף דער „ייִדיש־וואָך” אין גריכנלאַנד
Ethel Niborski
אַ גרופּע קינדער אויף דער „ייִדיש־וואָך” אין גריכנלאַנד