ווידעאָ: אַ גוטע בשׂורה פֿאַר די סעקסועל געליטענע פֿון די מוסדות

WATCH: How the Child Victims Act Will Help Survivors

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published February 05, 2019.

צווישן די אַקטיוויסטן, וואָס האָבן יאָרן לאַנג געשטרעבט, כּדי די ניו־יאָרקער שטאַט־רעגירונג זאָל אָננעמען דעם געזעץ־פּראָיעקט לטבֿות די יונגע געליטענע איז יואל ענגלמאַן.

ענגלמאַן, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין וויליאַמסבורג, איז צו אַכט יאָר סעקסועל באַלעסטיקט געוואָרן דורכן מנהל פֿון זײַן ישיבֿה קטנה. צען יאָר האָט ענגלמאַן קיינעם ניט געזאָגט וואָס איז געשען. אָבער להיפּוך צו ס׳רובֿ געליטענע פֿון סעקסועלע מעשׂים האָט ער ווי אַ דערוואַקסענער ניט געשוויגן וועגן דעם, נאָר געלאָזט וויסן דער וועלט. ער און זײַן מאַמע פּערל ענגלמאַן האָבן, למשל, געמאַכט ראַדיאָ־רעקלאַמעס אויף ייִדיש וועגן סעקסועלער באַלעסטיקונג אין דער חסידישער וועלט און יואל האָט געאַרבעט מיט אָרגאַניזאַציעס, וואָס העלפֿן די פֿרומע געליטענע פֿון סעקסועלע מיסברויכן. ער האָט אויך גערעדט מיט פּראָמינענטע מעדיאַ־אָרגאַניזאַציעס ווי דער טעלעוויזיע־קאַנאַל ABC.

ענגלמאַן איז אַ סך מאָל געפֿאָרן קיין אָלבאַני, וווּ עס געפֿינט זיך דער שטאַט־קאָנגרעס, כּדי משתּדל צו זײַן לטובֿת דער קאַמפּאַניע צו פֿאַרלענגערן די צאָל יאָרן, בעת וועלכע די וואָס האָבן געליטן פֿון סעקסועלע עוולות קענען זיך ווענדן צו דער פּאָליציי אָדער באַקומען פֿאַרגיטיקונג. עטלעכע מאָל האָבן געזעץ־געבער אינעם ניו־יאָרקער אַסעמבלעע אים געזאָגט, אַז ס׳איז געפּטרט די צײַט, ווײַל אַזאַ געזעץ וועט קיינמאָל ניט מקוים ווערן. די פּאָליטישע שטימונג האָט זיך אָבער לעצטנס שטאַרק געביטן און מע האָט דעם 28סטן יאַנואַר, סוף־כּל־סוף, אָנגענומען דאָס געזעץ באַשטעטיקט דעם אַקט.

אין אַ ווידעאָ ספּעציעל געמאַכט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, דערקלערט ענגלמאַן פֿאַר וואָס ער האַלט דעם נײַעם געזעץ פֿאַר אַ ריזיקן אויפֿטו, און ווי אַזוי עס וועט העלפֿן באַשיצן טויזנטער קינדער, וואָס לערנען זיך אין די חרדישע מסודות התּורה.