פֿאַרדעכטיקטע אָנפֿאַלער אויף אַרגענטינער הויפּט־רבֿ אידענטיפֿיצירט

Suspected Attackers of Argentinian Chief Rabbi Identified

הרבֿ גבֿריאל דאַווידאָוויטש
Getty Images
הרבֿ גבֿריאל דאַווידאָוויטש

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 04, 2019.

אַ וואָך נאָך דעם ווי דער אַרגענטינער הויפּט־רבֿ גבֿריאל דאַווידאָוויטש איז שווער פֿאַרוווּנדיקט געװאָרן נאָכן באַפֿאַלן װערן בײַ זיך אין דער היים, האָבן די אַרגענטינער פּאָליציי געמאָלדן, אַז מע האָט שוין אידענטיפֿיצירט עטלעכע פֿון די אָנפֿאַלער.

האָרכע מאַקרי, אַ הויפּט־ראַנגיקער פּאָליטיקער אין אַרגענטינע, וואָס איז צופֿעליק געווען אויף אַ באַזוך אין ישׂראל, האָט דערציילט אַ גרופּע זשורנאַליסטן אינעם בן־גוריון־פֿליפֿעלד, אַז די פּאָליציי האָט געפֿונען אַ זיכערהייט־קאַמערע־ווידעאָ, וווּ מע זעט די ציפֿערן אויף דער ליצענץ פֿונעם אויטאָ, מיט וועלכן די אָנפֿאַלער זענען אַנטלאָפֿן.

צוליב דעם וואָס די אָנפֿאַלער האָבן געשריגן אויף הרבֿ גבֿריאל דאַווידאָוויטש, אַז „מיר ווייסן, אַז איר זענט דער הויפּט־רבֿ פֿון אַרגענטינע‟, בעת זיי האָבן אים ווילד אָנגעשלאָגן, האָבן ייִדישע כּלל־טוער אין אַרגענטינע פֿאַרדאַמט דעם אַטאַק ווי אַן אַנטיסעמיטשער.

װי עס װײַזט זיך אָבער אויס איז דער ענין אפֿשר מער קאָמפּליצירט. הרבֿ דאַווידאָוויטש האָט פֿון זײַן קראַנקן־בעט אַליין געזאָגט דער אַרגענטינער צײַטונג „קלאַרין‟, אַז ס׳איז מעגלעך געווען סתּם אַ רויבערײַ אָדער אַפֿילו אַ פּאָליטישער אַטאַק. זײַן זון אריה האָט דערקלערט פֿאַר דער ישׂראלדיקער נײַעס־אַגענטור „וואלה!‟, אַז די אָנפֿאַלער האָבן ניט געמאַכט קיין אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן, נאָר בלויז געזאָגט אַז זיי װײסן אַז ער איז דער הויפּט־רבֿ. „אפֿשר דערפֿאַר האָבן זײ געמײנט אַז ער איז רײַך,‟ האָט זײַן זון געזאָגט.

נאָך אַ טעאָריע, וואָס ווערט אַרומגערעדט אין דער אַרגענטינער און ישׂראלדיקער פּרעסע, איז אַז דער ברוטאַלער אָנפֿאַל איז אפֿשר פֿאַרבונדן מיט אַ גט, וואָס דער רבֿ האָט געגעבן מיט יאָרן צוריק. די פּאָליציי פֿאָרשן אויס די מעגלעכקייט, אַז דער אָנפֿאַל איז אפֿשר געווען אַ נקמה־אַקט צוליב דעם, וואָס דער רבֿ האָט דעמאָלט דערלויבט אַ פֿרוי זיך צו גטן פֿון איר מאַן — אַ שריט װאָס האָט דעמאָלט אַרויסגערופֿן טויט־דראָונגען קעגן אים מצד געװיסע באַקאַנטע פֿונעם מאַן.