ייִדיש־געזאַנג פֿיגורירט ווײַטער אין „כּנרת‟־טאָגשול

Yiddish Song Tradition Continues at Kinneret Day School

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published April 16, 2019.

במשך פֿון די לעצטע וואָכן פֿאַר פּסח לערנט מען די קינדער אין ס׳רובֿ ייִדישע טאָגשולן אַ קראַנץ באַקאַנטע פּסח־לידער. בדרך־כּלל זענען די לידער אויף העברעיִש אָדער אין דער לאַנדשפּראַך — ענגליש, פֿראַנצייזיש, שפּאַניש, אאַז״וו.

אויפֿן יערלעכן שול־סדר וואָס די „כּנרת־טאָגשול‟ אין בראָנקס, נ״י האָט דורכגעפֿירט דעם 10טן אַפּריל, האָט מען אָבער אויך געזונגען פֿיר פּסח־לידער אויף ייִדיש — אַ לאַנג־יאָריקע טראַדיציע בײַ דער באַקאַנטער קולטורעלער טאָגשול. ווי יעדעס יאָר האָבן די קינדער זיך אויסגעלערנט די ווערטער דורך רעפּעטיציעס במשך פֿון זייער העברעיִש־קלאַס, ווי מע קען זען אויף דעם ווידעאָ.

די לידער זענען די זעלבע וואָס מע פֿלעג הערן אין די אַרבעטער־רינג־ און שלום־עליכם־שולן מיט יאָרן צוריק און וואָס מע זינגט עד־היום אויף די סדרים פֿון די אוהבֿי־ייִדיש: „אויפֿן ניל‟ פֿון אַבֿרהם רייזען; „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ פֿון דוד איידלשטאַט; „דיינו‟ פֿון ישׂראל־יעקבֿ שוואַרץ, און „חד גדיא‟ פֿון י. לוקאָווסקי (מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט).

„כּנרת‟ איז געגרינדעט אין 1947 דורכן „ייִדיש־נאַציאָנאַלן אַרבעטער פֿאַרבאַנד” — אַ ייִדיש־רעדנדיקע פֿראַטערנאַלער אָרדן, פֿאַרבונדן מיטן פּועלי־ציון. פֿון סאַמע אָנהייב האָט דער „פֿאַרבאַנד‟ געשטיצט סײַ די העברעיִשע שפּראַך סײַ די ייִדישע, און דער באַקאַנטער ייִדיש־לערער און פּאָעט לייב באָראָוויק ז״ל פֿלעג לערנען ייִדיש מיט די תּלמידים פֿונעם דריטן ביזן אַכטן קלאַס. גראַדואַנטן פֿון דער שול געדענקען נאָך ווי באָראָוויק, אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן, פֿלעגט זיי אויסלערנען די ייִדישע פּסח־לידער, באַגלייטנדיק זיך מיט דער מאַנדאָלין. נאָך דעם ווי באָראָוויק האָט זיך פּענסיאָנירט האָט שׂרה־רחל שעכטער געלערנט דעם ייִדיש־קלאַס ביז 1998. באָראָוויק איז געשטאָרבן אין 2006.

כאָטש הײַנט איז שוין מער נישטאָ קיין ייִדיש־קלאַס אין „כּנרת‟, זענען די פֿיר ייִדישע לידער פֿאַרבליבן אַן אינטעגראַלן טייל פֿונעם שול־סדר. ייִדיש פֿיגורירט אויך ווי אַ טייל פֿון דער שולס רעפּערטואַר אויף יום־השועה, ווען די קינדער פֿונעם „כּנרת‟־שולכאָר לערנען זיך אויס עטלעכע סטראָפֿעס פֿונעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟.