ווי מע האָט פּאַראָדירט די 10 מכּות און „אויפֿן ניל‟ אין 1909

The 10 Plagues and Song "On the Nile" As Satirized in 1909

פֿון רמי נוידאָרפֿער

Published April 18, 2019.

הײַנט וועלן מיר גיין אויף צוריק מיט 110 יאָר צום יאָר 1909, אינעם ייִדישן ייִשובֿ אין ניו־יאָרק.

דעם 15טן אַפּריל פֿון יענעם יאָר איז לכּבֿוד פּסח דערשינען אַ ספּעציעלע אויפֿלאַגע פֿונעם סאַטירישן זשורנאַל „דער קיבעצער‟. דיר זשורנאַל איז געגרינדעט געוואָרן דורכן באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער פֿון פּאָעזיע און הומאָריסטישער פּראָזע, יוסף טונקל (1881־1948), באַקאַנט ווי „דער טונקעלער‟. „דער קיבעצער‟ און אַ צווייטער הומאָריסטישער זשורנאַל, „דער גרויסער קונדס‟ (דער גרויסער שטעקן), האָבן יאָרן לאַנג שטאַרק אויסגענומען בײַם ייִדיש־רעדנדיקן עולם.

דער הומאָר און סאַטירע אין די צוויי צײַטשריפֿטן האָבן אָפּגעשפּיגלט די גיך־בײַטנדיקע וועלט פֿון די ייִדן וואָס זענען געקומען פֿון טראַדיציאָנעל־געשטימטע ייִדישע שטעטלעך און זיך באַזעצט אין דער מאָדערנער (און דאָך ייִדישלעכער) שטאָט ניו־יאָרק.

אין דעם איצטיקן אַרטיקל וועלן מיר אַ קוק טאָן אויף דרײַ בײַשפּילן פֿון אָט דעם הומאָר וואָס געפֿינען זיך אין דער פּסחדיקער אויפֿלאַגע פֿון „דער קיבעצער‟. דער ערשטער איז אַ פּאַראָדיע פֿון אַבֿרהם רייזענס באַרימט ליד, „אויפֿן ניל‟.

כּדי צו פֿאַרשטיין די איראָניע דערין, שטעלן מיר צו ערשט דעם טעקסט פֿונעם אָריגינעלן ליד:

ווײַטער איז אַ קאַריקאַטור פֿונעם „פֿאַרהײַנטיקטן‟ נוסח פֿונעם ליד. איבער דער קאַריקאַטור שטייט געשריבן: „פּרעהס טאָכטער האָט אַרויסגעצויגן משה רבינו פֿונעם נילוס — ווער וועט אַרויסציִען אונדזער משה פֿון אונדזער נילוס?‟ דער נײַער משה, וואָס רעפּרעזענטירט דאָ דער „עולם גולם‟, דעם פּראָסטן פּובליקום, געניסט פֿון כּלערליי יצר־הרעס: שונד־ליטעראַטור, „מוּווינג פּיקטשורס‟ [קינאָפֿילמען] און כאַבאַר וואָס ער באַקומט דורך זײַן אַרבעט ווי אַ „לענדלאָרד‟ אָדער „באָס‟. איין סטראָפֿע פֿון דער נײַער ווערסיע גייט אַזוי:

שטייט דאָס קעסטל אויף דעם ניל,
אויף דעם איסט־סײַד ניל;
שטייט דאָס קעסטל — שימלט, זינקט,
שטייט דאָס קעסטל שטיל.

און די בלאָטע קלעפּט זיך, קלעפּט
רינגלט אים אַרום,
וויגט אים אײַן אין בלאָף און שמוץ,
בודעל* שונד און בום…

אויף דער זעקסטער זײַט זעט מען אַ קאַריקאַטור פֿון צוויי פֿון די באַרימטסטע רעדאַקטאָרן פֿון ייִדישע צײַטונגען: אַבֿרהם קאַהאַן און לויִ מילער. לכתּחילה האָבן זיי געגרינדעט דעם פֿאָרווערטס אין איינעם אָבער שפּעטער זענען זיי אידעאָלאָגיש געוואָרן בלוט־שׂונאים.

נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך צעקריגט האָט מילער געשאַפֿן די ייִדישע צײַטונג, „דיא וואַרהייט‟ וואָס האָט צוגעצויגן אַ ממשותדיקע לייענערשאַפֿט ביזן אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה ווען די צאָל לייענער איז שטאַרק געפֿאַלן.

אין דער קאַריקאַטור זעט מען ווי קאַהאַן און מילער זיצן אויף די רוקנס פֿון ייִדישע שרײַבער, גיבן זיך די האַנט און זאָגן: „מיר זײַנען זיך טאַקע שׂונאים — נאָר אינעם קאַמף מיט אונדזערע שקלאַפֿן מוזן מיר זײַן פֿאַראייניקט.‟ נישט געקוקט אויף דעם וואָס ביידע רעדאַקטאָרן האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר סאָציאַליסטן האָבן ביידע זיך, אַ פּנים, שלעכט באַצויגן צו זייערע אָנגעשטעלטע, אַ שריט וואָס האָט דערפֿירט צו שטרײַקן בײַ ביידע צײַטונגען.

אויב איר קוקט אויף דער פּאַדלאָגע וועט איר זען אַ געניצטן עקזעמפּלאַר פֿונעם בוך, „סאַנין‟. „סאַנין‟ איז געווען זייער אַ הצלחהדיקער סענסאַציאָנעלער ראָמאַן פֿון מיכאַיִל אַרציבאַשעוו, איבערגעזעצט פֿון רוסיש אויף ייִדיש און פּובליקירט אין המשכים אין „ייִדיש אַרבעטער וועלט‟. די הויפּט־סענסאַציע פֿונעם ראָמאַן איז געווען אירע שילדערונגען פֿון לינקער ליבע (ליבע מחוץ דעם זיווג).

דער דריטער בײַשפּיל פֿון יענעם פּסח־נומער איז אַ רשימה פֿון צען „מאָדערנע‟ מכּות:

1) פֿאַרליבן זיך אין אַ מיידל וואָס האָט ניט קיין נדן

2) הענגען אויפֿן סטראַפּ [הענטל פֿאַר שטייענדיקע פּאַסאַזשירן] ווײַל דו האָסט אָפּגעטראָטן אַ סיט [זיצאָרט]

3) זיך אײַנליבן אין אַ מיסעס [אַן אשת־איש] וועלכע ווערט נאַכער פֿאַרלאָזט פֿון דעם מאַן

4) לייענען אַ ראָמאַן אין פֿאָרזעצונגען

5) וווינען אין אַ הויז וווּ די טאָכטער שפּילט פּיאַנע און דער זון — פֿידל

6) טרינקען 2־סענטיקע קאַווע

7) הערן לעקטשורס [לעקציעס] פֿון פֿרײַער ליבע

8) צו נעמען בײַ אַ פּעדלער דזשולערי [צירונג] צום אויסצאָלן

9) צו גיין געאָרעמט מיט אַ ליידי אין אַ ׳מעררי ווידאו העט׳

10) צו באַלאַנגען צו אַ פֿאַראיין, לאָדזש, רינג, סוירקל, סאָסײַעטי, חבֿרה און שיל אין איין צײַט.

די מכּות שפּיגלען אָפּ דעם קולטורשאָק אין וועלכע די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן זיך געפֿונען. פּלוצלינג האָבן זיי דאָ געפֿונען „פֿרײַע ליבע‟ אַנשטאָט שידוכים, און אַנשטאָט צו באַלאַנגען צו איין מנין, דאַרף מען באַלאַנגען צו פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטן מיט איין מאָל: אַ יוניאָן, אַ לאָדזש, אַ סאָסײַעטי, אַ חבֿרה און אַ שיל.

די נײַנטע מכּה — „צו גיין געאָרעמט מיט אַ ליידי אין אַ ׳מעררי ווידאו העט׳‟ — האָב איך בכלל נישט פֿאַרשטאַנען, האָב איך אויסגעזוכט דעם טערמין merry widow hat אויף דער אינטערנעץ און זיך דערוווּסט אַז דער ריזיקער פֿרויענהוט איז בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען שטאַרק פּאָפּולער. איך שטעל זיך פֿאָר אַז ווען אַ מאַנסביל האָט שפּאַצירט מיט אַ פֿרוי וואָס טראָגט אַזאַ ריזיקע זאַך אויפֿן קאָפּ האָט ער זיך זיכער געפֿילט קליינוווּקסיק אַנטקעגן איר!

110 יאָר נאָך יענעם פּסח־נומער איז אפֿשר אַ ביסל שווער צו פֿאַרשטיין דעם היסטאָרישן און פּאָליטישן קאָנטעקסט אין וועלכן מע האָט עס אָנגעשריבן. פֿון דעסט וועגן איז אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאָרשן די פּרעסע פֿון יענע צײַטן.

  • דאָס וואָרט „בודעל‟ מיינט קאָרופּציע.