אוקראַיִנע: באַלד וועלן סײַ דער פּרעזידענט, סײַ דער פּרעמיער זײַן ייִדן

Ukraine: Soon Both the President and Prime Minister Will Be Jewish

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 22, 2019.
דער צוקונפֿטדיקער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, וואָלאָדימיר זעלענסקי
Getty Images
דער צוקונפֿטדיקער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, וואָלאָדימיר זעלענסקי

דער ייִדישער קאָמיקער וואָלאָדימיר זעלענסקי איז זונטיק דערוויילט געוואָרן ווי דער נײַער פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע.

אַן אַקטיאָר אָן שום פּאָליטישע דערפֿאַרונג, שפּילט זעלענסקי שוין לאַנגע יאָרן די ראָלע פֿונעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט אויף אַ סאַטירישער טעלעוויזיע־פּראָגראַם. כאָטש ער האָט ווייניק וואָס דערקלערט בעת דער קאַמפּאַניע וועגן זײַנע פּאָליטישע פּרינציפּן אָדער די פּאָליטיק, וואָס ער וועט פּרובירן דורכצופֿירן, האָט ער יאָ צוגעזאָגט צו באַקעמפֿן די קאָרופּציע אין לאַנד. זײַן קאָנקורענט, דער אַנומלטיקער פּרעזידענט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, וואָס איז דערוויילט געוואָרן נאָך דער אוקראַיִנישער רעוואָלוציע פֿון 2014, האָט אַליין געהאַט צוגעזאָגט צו באַקעמפֿן די קאָרופּציע אין לאַנד אָבער הײַנט האַלטן אים ס׳רובֿ אוקראַיִנער אַליין פֿאַר אַ קאָרומפּטירטן מנהיג. זעלענסקי האָט באַקומען 73% פֿון דער אָפּשטימונג און פּאָראָשענקאָ האָט גלײַך נאָכגעגעבן.

דער אַנטיסעמיטיזם איז אַ קאָמפּליצירטער און אָנגעווייטיקטער ענין אין אוקראַיִנע, וווּ עס וווינען הײַנט בערך 350,000 ייִדן. די ראָלע פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן וואָס האָבן געקעמפֿט צוזאַמען מיט די דײַטשן און געהאָלפֿן אומצוברענגען ייִדן בשעתן חורבן, איז אַ קאָנטראָווערסיעלע אינעם לאַנד, וואָס איז אַמאָל געווען טרויעריק באַרימט פֿאַר אירע פּאָגראָמען. פֿאַר דער רעוואָלוציע פֿון 2014 האָט דער פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, וואָס איז געווען נאָענט אַליִיִרט מיטן רוסישן רעזשים פֿון וולאַדימיר פּוטין, ניט דערלאָזט, אַז מע זאָל עפֿנטלעך אָפּגעבן כּבֿוד די אוקראַיִנישע פֿירער, וואָס האָבן, אַזוי ווי סטעפּאַן באַנדעראַ, קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן קעגן די סאָוועטן. נאָך דער רעוואָלוציע פֿון 2014, רוסלאַנדס אַנעקסירונג פֿון קרים און דער מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָט זיך די שטימונג אין אוקראַיִנע מצד די נאַצי־קאָלאַבאָראַטאָרן שטאַרק געביטן און פּאָראָשענקאָ האָט אָפֿיציעל דערלאָזט, אַז מע זאָל יענע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן אָפּגעבן כּבֿוד.

טאַקע דערפֿאַר איז אַ שטיקל רעטעניש, וואָס אַ לאַנד, וווּ פּראָמינענטע גאַסן הייסן נאָך פּראָ־נאַצישע פֿירער און וווּ מע גיט אָפּ כּבֿוד די מערדער פֿון ייִדן אויף פֿײַערלעכע מלוכישע פּאַראַדן, האָט איצט דערוויילט אַ ייִדישן פּרעזידענט. זעלענסקי אַליין האָט איבערגעגעבן בעת דער קאַמפּאַניע, אַז ער שטיצט ניט, אַז מע זאָל אָפּגעבן כּבֿוד יענע פֿירער אָבער ער האָט אויך צוגעזאָגט, אַז מע וועט ניט אָפּשטעלן יענע פֿײַערונגען. וועגן זײַנע אייגענע ייִדישע וואָרצלען האָט ער דערקלערט אויף דער טעלעוויזיע, אַז „דער פֿאַקט וואָס איך בין אַ ייִד רעכנט זיך ניט אַפֿילו אַרײַן צווישן מײַנע 20 גרעסטע חסרונות.‟

עדוואַרד דאָלינסקי, דער דירעקטאָר פֿון דער הויפּט ייִדישער דאַך־אָרגאַניזאַציע אין לאַנד איז געווען צופֿרידן וואָס דער הייסער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַליסט פּאָראָנשענקאָ איז ניט ווידער דערוויילט געוואָרן. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט דאָלינסקי דערקלערט דער „ייִדישער טעלעגראַפֿישער אַגענטור‟, אַז „מע וועט דאַרפֿן פּשוט וואַרטן כּדי צו זען, וואָס פֿאַר אַ פּרעזידענט זעלענסקי וועט זײַן.‟

איין ענין וועגן וועלכן זעלענסקיס מיינונג בלײַבט נאָך אַלץ אומקלאָר איז זײַן שטעלונג צו רוסלאַנד. אַז מע האָט אים געפֿרעגט, ווי אַזוי ער וועט זיך באַציִען צו פּוטינען, האָט ער דערקלערט, אַז ער וועט זיך אַראָפּבייגן ביז ער קען דעם רוסישן פֿירער קוקן גלײַך אין די אויגן אַרײַן. (די אוקראַיִנער האָבן ליב צו מאַכן חוזק פֿון פּוטינען דערפֿאַר, וואָס ער איז קורץ). עס געפֿעלט, אַ פּנים, די אוקראַיִנער זעלענסקיס נטיה צו ענטפֿערן אויף אַזעלכע ערנסטע שאלות מיט אַבסורדישע תּשובֿות, אָבער דאָס מיינט אויך, אַז קיינער ווייסט באמת ניט, וואָס צו דערוואַרטן פֿון אים.

אַחוץ דעם וואָס אוקראַיִנעס פּרעזידענט וועט זײַן אַ ייִד, איז דער פּרעמיער אויך אַ ייִד. וואָלאָדימיר גרויסמאַן, דער געוועזענער בירגער־מײַסטער פֿון וויניציע, דינט שוין זינט 2016 ווי דער פּרעמיער פֿון אוקראַיִנע. ער איז אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט פּעטראָ פּאָראָנשענקאָ און דערפֿאַר איז ער דווקא אַ קאָנקורענט פֿונעם נײַעם ייִדישן פּרעזידענט. דער ערשטער ייִד צו זײַן דער פּרעמיער פֿון אוקראַיִנע, איז ער אויך געווען, צו 38 יאָר, דער ייִנגסטער פּרעמיער אין דער אוקראַיִנישער געשיכטע.

כאָטש עס גייט אַ רייד וועגן אַ לאַנד, וווּ מע גיט אָפּ כּבֿוד די מערדער פֿון ייִדן מיט פּאַראַדן, און עס האַנדלט זיך וועגן צוויי פּאָליטיקער וואָס זענען ריוואַלן, קען אוקראַיִנע זיך איצט באַרימען מיטן פֿאַקט, וואָס עס איז דאָס איינציק לאַנד אַחוץ ישׂראל אין דער וועלט־געשיכטע, וווּ ביידע הויפּט־מנהיגים זענען ייִדן. מיט אַזאַ טראַגי־קאָמישן סצענאַר איז אפֿשר פּאַסיק, וואָס דער נײַער פּרעזידענט פֿון שלום־עליכמס היימלאַנד וועט זײַן אַ קאָמיקער.