ווידעאָ־קאָנפֿערענצן אויף ייִדיש: אַ גוטער אָנהייב

Video Conferencing in Yiddish: A Good Start

פֿון דניאל גלאי

Published April 24, 2019.
תּלמידים בעת אַ קלאַס אין בית־לייוויק, תּל־אָבֿיבֿ
Elena Luchina
תּלמידים בעת אַ קלאַס אין בית־לייוויק, תּל־אָבֿיבֿ

המשך פֿונעם אַרטיקל, „דאָס הײַנטיקע ייִדישלאַנד: ווי קען מען פֿאַרשטאַרקן זײַן השפּעה?‟

אין מאַרץ 2019 איז צום ערשטן מאָל פֿאָרגעקומען אַן עפֿנטלעכע ווידעאָ־קאָנפֿערענץ אויף ייִדיש איניציִיִרט דורך עלענאַ לוטשינאַ, אַ דאָקטאָראַנטקע פֿון ייִדישער לינגוויסטיק בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אויסער אירע אַקאַדעמישע לימודים באַטייליקט זי זיך אין אַ פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש־לערער געפֿירט דורכן ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט. זי איז אַנגאַזשירט אין לערערײַ, טרעט אַרויס מיט רעפֿעראַטן און האָט פֿאַרצווײַגטע פֿאַרבינדונגען מיט פֿילצאָליקע ייִדישיסטן אין רוסלאַנד, אייראָפּע, ישׂראל און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אין פֿאַרלויף פֿונעם ווידעאָ־שמועס האָט עלענאַ דערקלערט: „איך האָב דעם אײַנדרוק, אַז אין אַמעריקע איז דער נײַער ייִדישיזם אַסאָציִיִרט מיט די לינקע און מינאָריטעט־פּאָליטיק; אין אייראָפּע — מיט קאָסמאָפּאָליטיזם און פּאָליגלאָטן, און אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַ שטאַרקע פֿאַרבינדונג צווישן ייִדיש און דעם חורבן.‟

אַ צווייטער באַטייליקטער אינעם שמועס, יורי (פֿון רוסלאַנד) האָט האָט געזאָגט אַז ייִדיש איז הײַנט פֿאַרבונדן מיט די עלטערן און דער קינדהייט. ייִדישלאַנד — זאָגט ער — עקסיסטירט הײַנט בעיקר אויף דער אינטערנעץ. הגם זײַן ווײַב טענהט, אַז ייִדיש געהערט צו דער פֿאַרגאַנגענהייט, טראַכט ער אַנדערש און שטעלט די פֿראַגע: וואָס איז דער מצבֿ פֿון ייִדיש אין ישׂראל? (דערויף ענטפֿער איך בײַם סוף פֿון דעם אַרטיקל.)

לאַרי (ניו־יאָרק) האָט דערציילט, אַז זײַן אייגענע משפּחה וווינט אין אַמעריקע שוין 200 יאָר און רעדט ניט קיין ייִדיש. די שוועריקייט זיך אויסצודריקן אין דער שפּראַך איז אַ מאָל גאָר שווער. ער האָט ליבערשט צו רעדן ייִדיש ווי צו לייענען ביכער אויף דער שפּראַך. פֿון דעם וואָס ער ווייסט איז חסידיש ייִדיש גאָר אַנדערש פֿון לאַנד צו לאַנד, ווײַל ס’דרינגען אַרײַן אין דער שפּראַך פֿיל לאָקאַלע, פֿרעמדע ווערטער. אַזוי איז עס אין ישׂראל און אַזוי אין אַמעריקע.

עלענאַ האָט דערציילט אַז אין ירושלים זענען פֿאַראַן דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן און פֿאַרשידענע פּראָפֿעסיאָנאַלן וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער קאָמוניקאַציע מיטן חרדישן ציבור.

שאַרלי (טעקסאַס) האָט אויסגעדריקט דעם געדאַנק, אַז ייִדישלאַנד מיינט פֿאַר איר אַ קליינע, אינטימע וועלט. הגם אין איר סבֿיבֿה זענען ניט פֿאַראַן פֿיל ייִדיש־רעדערס, באַמיט זי זיך, נאָך דעם וואָס זי האָט געלערנט די שפּראַך אין אוניווערסיטעט, אָנצוהאַלטן אַ קאָנטאַקטן מיט ייִדישיסטן ווי ווײַט מיגלעך.

אויף דער פֿראַגע, וואָס טוט מען כּדי צו פֿאַרשטאַרקן ייִדיש און צוגעבן פּרעסטיזש צו דער שפּראַך, איז דער אַלגעמיינער ענטפֿער געווען, אַז וויכטיקער ווי פֿירן אַן אויסערן פּאָליטיק איז וויכטיק אַליין בעסער צו באַהערשן דאָס לשון. דאַקעגן האָט באָריס (רוסלאַנד) געזאָגט, אַז ס’איז וויכטיק צו פּאָפּולאַריזירן די שפּראַך דורך רעדן, דורך אַרטיקלען אין זשורנאַלן, טעלעוויזיע און דער אינטערנעץ. אייניקע באַטייליקטע האָבן באַטאָנט, ווי וויכטיק עס איז צו זײַן שעפֿעריש דורך נײַע, וויזועלע מיטלען, אַפּליקאַציעס, קאַריאָקי אאַז”וו.

די שיינקייט פֿון אַזאַ אינטערנעץ־טרעפֿונג ליגט אין דער זעלטענער געלעגנהייט פֿון קענען אויסדריקן מיינונגען וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש און אויסהערן דעם קוקװינקל פֿון אַנדערע באַטייליקטע איבער דער וועלט. נאָך וויכטיקער איז דאָס בשותּפֿותדיקע געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט וואָס ווערט געשאַפֿן דורך דעם שמועס. אַזוי פֿילט מען זיך ווייניקער אָפּגעזונדערט פֿון אַנדערע אוהבֿי־ייִדיש און דאָס קען פֿאַרשטאַרקן דעם ווילן צו שאַפֿן נײַע פֿרײַנד מיט ענלעכע ווערטן און דערבײַ אַנטוויקלען אַן אַלט־נײַע קאָלעקטיווע אידענטיטעט.

די קומעדיקע װידעאָ־קאָפֿערענץ װעט פֿאָרקומען דעם 19טן מײַ, 18.00 אַ זײגער ישׂראלדיקע צײַט. װער ס’װיל זיך באַטײליקן קאָן זיך ווענדן צו עלענאַ אוּיפֿן אַדרעס: luchina.elena@mail.huji.ac.il

פּראָפֿ׳ אפֿרת גל־עד, אַ ישׂראלדיקע פֿאָרשערין אין דיזעלדאָרפֿער אוניווערסיטעט האָט אין איר אויסשעפּנדיקער ביאָראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער געווידמעט אַ קאַפּיטל דעם פֿאַרמלחמהדיקן ייִדישלאַנד. (מאַנגער אַליין האָט געוואַנדערט צווישן טשערנאָוויץ, וואַרשע, פּאַריז, ניו־יאָרק, לאָנדאָן און ישׂראל). פֿון מײַן שמועס מיט גל־עד, בשעת איר לעצטן באַזוך אין ישׂראל, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז זי פֿאָרשט ווײַטער אָט די טעמע, וואָס ווערט הײַנט צו טאָג מער אַקטועל.

אין דער פֿאַרגאַנגענהייט זענען בראש פֿון ייִדישלאַנד געשטאַנען ייִדישע פּען־מענטשן. הײַנט איז די צאָל ייִדישע שרײַבער אַ בצימצומדיקע בשעת די מער אָנערקענטע, אויטאָריטאַטיווע פּערזענלעכקייטן געפֿינען זיך אין דער אַקאַדעמיע. די פֿראַגע איז, צי זענען די דאָזיקע פּראָפֿעסאָרן גרייט צו נעמען אויף זיך אַ ברייטערע געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע? דערווײַל זעט מען ניט קיין סימנים דערפֿון. מע קאָן אָבער ניט וויסן. איין זאַך איז קלאָר. אונדזער הײַנטיק ייִדישלאַנד קאָן זיך ניט פֿאַרשטאַרקן, אויב ס’וועלן ניט אויפֿקומען פּערזענלעכקייטן, פֿון פֿאַרשידענע דורות און הינטערגרונטן, וואָס וועלן שטרעבן צו שפּילן אַ פֿירנדיקע ראָלע.

ס’וועט זײַן פּרעטענציעז פֿון מײַנעט וועגן צו געבן אַ פּרטימדיק בילד פֿון ייִדישלאַנד אין פֿאַרשידענע לענדער. וועגן ישׂראל קאָן איך אָבער פֿאָרט עפּעס זאָגן. פֿון דעם וואָס איך ווייס, זענען דאָ פֿאַראַן בערך אַ טויזנט דערוואַקסענע וועלכע באַטייליקן זיך הײַנט אין ייִדיש־קלאַסן אָדער וואָס גייען רעגלמעסיק אויף ייִדיש־באַגעגענישן. צו אָט דער ציפֿער דאַרף מען צוגעבן נאָך אַ פּאָר טויזנטער, וועלכע נעמען אָנטייל אין רעפֿעראַטן אויף העברעיִש געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. וועלכער פּראָצענט פֿון זיי לייענט אָבער רעגולער דעם פֿאָרווערטס? כ’שטעל זיך פֿאָר אַז, לײדער, אַ קליינער פּראָצענט… לייענען אַ טעקסט איז, פֿאַרשטענדלעך, אַ מער פֿאָרגעשריטענע סטאַדיע, ווי רעדן אָדער פּאַסיוו אויסהערן אַ לעקציע. ווער ס’גייט, למשל, צו אַ ייִדיש־קורס פֿילט אַז אַזוי אַרום האָט ער „אויסגעפֿילט זײַן וועכנטלעכע ייִדיש־קוואָטע‟ און שוין, גענוג. ניטאָ קיין צײַט פֿאַר מער. מען איז פֿאַרנומען מיט די קינדער, מיט די אייניקלעך, מיט דער פֿרוי, מיטן מאַן, קופּת חולים אאַז”וו.

פֿאַרסך־הכּלענדיק, קאָן מען זאָגן, אַז ייִדישלאַנד וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר, נאָר אויב מ’וויל, אַז זײַן השפּעה זאָל מער געפֿילט ווערן, דאַרף מען אָנהייבן פֿרעגן: ווער וועט אויספֿילן אָט די שליחות, און ווי אַזוי?