וואָס איך האָב אַנטדעקט בעת מײַן וויזיט קיין ישׂראל

What I Found During My Recent Visit To Israel

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 30, 2019.
שׂרה־רחל שעכטער דערציילט וועגן דעם פֿאָרווערטס אין תּל־אָבֿיבֿ
Miriam Trinh
שׂרה־רחל שעכטער דערציילט וועגן דעם פֿאָרווערטס אין תּל־אָבֿיבֿ

מיט אַ חודש צוריק בין איך געפֿאָרן אויף אַ צענטאָגיקן וויזיט קיין ישׂראל, כּדי צו פֿאַרבעסערן מײַן קענטשאַפֿט פֿון העברעיִש. שוין יאָרן לאַנג וואָס איך לערן זיך די שפּראַך און וואָס יעדן שבת נאָך מיטאָג לייען איך מיט אַ גרופּע חבֿרטעס ווערק פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור. ביז איצט האָבן מיר שוין פֿאַרענדיקט אַ צאָל ראָמאַנען און דערציילונגען פֿון מאיר שלו, אתגר קרת, סאַיִד קאַשואַ און אשכּול נבֿו.

און דאָך קומט מיר נאָך אַלץ אָן שווער אָנצוהאַלטן אַ שמועס מיט ישׂראלים אָדער אַפֿילו צו פֿאַרשטיין דעם דיאַלאָג בײַ טעלעוויזיע־פּראָגראַמען ווי „שטיסל‟ און „שאבאבניקים‟. האָב איך באַשלאָסן אַז אויף מײַן וואַקאַציע וועל איך אַרײַנשפּרינגען אין אַ העברעיִש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. כ׳האָב זיך פֿאַרשריבן אינעם „אולפּן אור‟ אין ירושלים, וווּ סטודענטן לערנען זיך פּריוואַט מיט אַ לערער צווישן דרײַ און פֿינעף שעה אַ טאָג און געפֿאָרן קיין ישׂראל מיט אַ שליחות: במשך פֿון צען טעג זאָל איך זיך אויסלערנען גענוג העברעיִש זיך צו קענען אַקטיוו באַטייליקן אין אַ שמועס אויף עבֿרית.

נו, דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט… ווי נאָר מײַנע ישׂראלדיקע פֿרײַנד פֿון דער ייִדישוועלט האָבן זיך דערוווּסט אַז איך קום, האָט מען גענומען אָרגאַניזירן אונטערנעמונגען וווּ איך זאָל גיבן לעקציעס וועגן און אויף ייִדיש. איז מײַן באַזוך דאָס מאָל געווען, קען מען זאָגן, אַ ביסל סכיזאָפֿרעניש. בערך אַ העלפֿט פֿון דער צײַט האָב איך זיך אָפּגעגעבן מיט העברעיִש — קאָניוגירט די ווערבשטאַמען „נפֿעל‟ און „הפֿעיל‟ און געשמועסט אויף העברעיִש מיט סאַרווערס, קראָמהענדלער און באַקאַנטע; און אַ העלפֿט פֿון דער צײַט — האָב איך זיך פֿאַרנומען מיטן פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור צו אַ (בײַ מיר) גאָר נײַעם עולם.

די ערשטע לעקציע איז געווען אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל „ידידיה‟, אין מושבֿה גרמנית. אָרגאַניזירט האָט זי יהודית ווײַנער, די טאָכטער פֿון ד״ר גרשון ווײַנער ז״ל, וואָס איז געווען דער דעקאַן פֿון ייִדישן לערער־סעמינאַר ווען איך בין דאָרט געווען אַ סטודענטקע אין די 1970ער. יהודית האָט מיך געבעטן רעדן וועגן דער געשיכטע פֿונעם פֿאָרווערטס און וואָס עס זענען אונדזערע איצטיקע פּלענער. באַשלאָסן האָבן מיר אַז איך זאָל רעדן אויף ענגליש ווײַל בלויז אַ קליינער פּראָצענט פֿון די מתפּללים קענען ייִדיש.

ווען איך האָב דערהערט אַז די לעקציע וועט פֿאָרקומען נישט בלויז נאָכן דאַווענען, נאָר אַפֿילו נאָכן קידוש, האָב איך זיך געזאָרגט אַז עס וועט קומען אַ קליינער עולם. בײַ ס׳רובֿ שילן אין אַמעריקע וועט אַ שבתדיקער גאַסטרעדנער רעדן דווקא פֿאַרן קידוש, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די מתפּללים זאָלן זיך נישט „צעלויפֿן‟. מילא, האָב איך געקלערט, וועלן קומען אַ 10־15 מענטשן. נישט געפֿערלעך. וואָס קלענער דער עולם, אַלץ גרעסער די שׂימחה.

כ׳האָב זיך אָבער טועה געווען. געקומען זענען בערך זיבעציק מענטשן… און נאָך דער לעקציע זענען אַ צאָל פֿון זיי צוגעקומען מיר דערציילן וועגן זייער אייגענעם שײַכות צו ייִדיש און צום פֿאָרווערטס.

דעם צווייטן טאָג האָב איך געהאַלטן אַ לעקציע אינעם ירושלימער קהילה־צענטער „בית יהודית‟ — דאָס מאָל אויף ייִדיש. די טעמע איז געווען „די געשיכטע פֿון געפֿילטע פֿיש און אַנדערע אַשכּנזישע מאכלים‟. אָרגאַניזירט דעם נאָכמיטאָג האָבן ברכה ווײַנגראָד (די איבערזעצערין פֿון ה. בראַונס ייִדיש־קאָכבוך „דאָס פֿאַמיליען קאָך־בוך‟) און ד״ר לאה סקיבא, איינע פֿון די לערער אין דער אָנגעזעענער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. כאָטש די לעקציע וועגן ייִדישע מאכלים איז געווען אויף ייִדיש זענען געקומען בערך 80 מענטשן! שפּעטער, בעת לאה און איך האָבן געכאַפּט אַ שמועס בײַם אַרײַנגאַנג, איז צו אונדז צוגעקומען די סעקרעטאַרשע פֿון „בית־יהודית‟ און אַ באַגײַסטערטע דערקלערט: „איך הער ס׳איז געווען אויסגעצייכנט! אַזוי האָבן אונדז דערציילט די חבֿרים וואָס זענען געווען אויף דער טרעפֿונג.‟

דעם אינטערעס צו ייִדיש האָב איך אויך געזען אין תּל־אָבֿיבֿ. ד״ר מרים טרין, די דירעקטאָרין פֿון דעם נײַעם ייִדיש־אַנשטאַלט „ייִדיש־אָרט‟, האָט אײַנגעאָרדנט פֿאַר מיר אַ לעקציע (אויף ייִדיש) וועגן דעם פֿאָרווערטס פֿאַר אַ גרופּע ייִדיש־סטודענטן, שרײַבער און קולטור־טוער, און עטלעכע טעג שפּעטער האָב איך אַרײַנגעכאַפּט אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם נײַעם ייִדיש־קאַבאַרעט, אָנגעפֿירט פֿון אסתּי ניסים, מיט סקיצעס אָנגעשריבן פֿון יעד בירן. דער גרויסער זאַל איז געווען ממש געפּאַקט, סײַ מיט באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער ייִדישוועלט, סײַ מיט סתּם ישׂראלים וואָס זענען געקומען הערן אַ ייִדיש וואָרט; בסך־הכּל, אַרום 180 מענטשן.

דער עולם קומט אָן אין גרויסן זאַל פֿון בית שלום עליכם, תּל־אָבֿיבֿ, כּדי צו זען דעם ייִדיש־קאַבאַרעט, דאָנערשטיק, דעם 4טן אַפּריל
Yaad Biran
דער עולם קומט אָן אין גרויסן זאַל פֿון בית שלום עליכם, תּל־אָבֿיבֿ, כּדי צו זען דעם ייִדיש־קאַבאַרעט, דאָנערשטיק, דעם 4טן אַפּריל

במשך פֿון די יאָרן האָב איך באַזוכט ישׂראל בערך אַכט מאָל אָבער איך מוז זאָגן אַז דער איצטיקער וויזיט איז געווען דער סאַמע „ייִדישסטער‟ פֿון אַלע. איך האָב שוין פֿריִער, דאָ אין ניו־יאָרק, געהאַט באַמערקט אַ וואַקסנדיקן אינטערעס צו ייִדיש בײַ ישׂראלים, בפֿרט דורך פֿייסבוק, וווּ די ישׂראלדיקע לייענער און צוקוקער זענען מער גענייגט צו קאָמענטירן אויף ייִדיש, מיט ייִדישע אותיות איידער די אַמעריקאַנער, וואָס קאָמענטירן אויף ענגליש אָדער אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות. די סיבה, האַלט איך, איז ווײַל אַמעריקאַנער זענען פּשוט נישט צוגעוווינט צו ניצן דעם אַלף־בית, בעת די ישׂראלים לייענען און שרײַבן די ייִדישע אותיות טאָג און נאַכט, במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, קומט זיי אָן גרינגער צו מאַכן דעם איבערגאַנג פֿון העברעיִש צו ייִדיש.

איך האָב אויך באַמערקט נאָך עפּעס נײַס. ביז לעצטנס איז דער אינטערעס צו ייִדיש אין ישׂראל, אַמעריקע און אייראָפּע געקומען, דער עיקר, פֿון אַקאַדעמיקער, קלעזמער, זינגער, אַקטיאָרן, „גייס‟ און ייִדן וואָס זענען פּראָגרעסיוו־געשטימט, וואָס בײַ זיי איז דער אינטערעס צו ייִדיש, צום טייל, אַ מין ווידערשטאַנד קעגן דעם הויפּטשטראָם, אַ שטרעבונג צו נעמען די קריוודע פֿון דער (ביז לעצטנס) אונטערגעדריקטער אָפּגעחוזקטער מינאָריטעט־שפּראַך — ייִדיש, און אָפּצוגעבן כּבֿוד די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן וואָס די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט האָט אַזוי לאַנג איגנאָרירט.

דאָס מאָל האָב איך אָבער באַמערקט אַ וואַרעמען סענטימענט צו ייִדיש אויך בײַ אַזוי גערופֿענע הויפּטשטראָמיקע ייִדן, אַרײַנגערעכנט פּאָליטיש צענטריש־ און רעכט־געשטימטע שטיצער פֿון פּרעמיער נתניהו און פּרעזידענט טראָמפּ. זייער מאָטיווירונג האָט מיר אָבער אויסגעזען אַ ביסל אַנדערש. כאָטש אַ טייל פֿון זיי האָבן זיך לעצטנס דערנענטערט צו ייִדיש ווײַל עס דערמאָנט זיי אין זייערע שוין פֿאַרשטאָרבענע ייִדיש־רעדנדיקע טאַטע־מאַמע אָדער באָבע־זיידע, האָב איך אויך דערפֿילט אַז זייער וואַרעמקייט צו ייִדיש איז אַן אונטערבאַוווּסטזיניקער פֿאַרלאַנג צו מאַכן מדינת־ישׂראל „מער ייִדישלעך‟. יאָרן לאַנג איז די נטיה דאָך געווען אַז ישׂראל זאָל ווערן גלײַך ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער, כּכל־הגויים, כּדי זי זאָל זיך בעסער אַרײַנפּאַסן אין דער וועלטקולטור, און דערבײַ צוציִען מער שטיצער און ליבהאָבער. די טעג פּריידיקן אָבער אַ צאָל פּאָליטיקער אַז ישׂראל איז אין תּוך אַרײַן אַ „ייִדישע‟ מדינה און דאַרף דאָס מער באַטאָנען. אפֿשר כאַפּן זיי זיך איצט אַז וואָס מער ייִדיש מע קען אַרײַנוועבן אין דער הויפּטשטראָמיקער קולטור, אַלץ מער „ייִדישלעך‟ ווערט די מדינה. אפֿשר דערפֿאַר איז די טעלעוויזיע־פּראָגראַם „שטיסל‟, מיט אירע אָפֿטע רעפּליקן אויף ייִדיש, הײַנט אַזוי פּאָפּולער אין ישׂראל; און אפֿשר דערפֿאַר זעט מען ווי ישׂראלים פֿלעכטן אַרײַן ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן אין זייערע שמועסן.

ישׂראלים האָבן שוין פֿון לאַנג אַרײַנגעוועבט ייִדישע ווערטער אין זייער לשון. דאָ רעד איך נישט וועגן די פּעיאָראַטיווע ייִדישע ווערטער וואָס אַמעריקאַנער קאָמיקער האָבן ליב צו ניצן, ווי „שלימזל‟, „גנבֿ‟, „גוי‟ און יענע פּראָסטע ייִדישע ווערטער וואָס איך וועל דאָ נישט דערמאָנען. אין ישׂראל ניצט מען נייטראַלע ייִדישע ווערטער סתּם ווי אַ טייל פֿון דער רעדשפּראַך. אין אשכּול נבֿוס ראָמאַן, „שלוש קומות‟, למשל, האָב איך געפֿונען אַזאַ זאַץ: „הם התעלמו ממני והמשיכו לחפש את אביתר מתחת לכורסאות, בבוידעם [זיי האָבן מיך איגנאָרירט און ווײַטער געזוכט אבֿיתר אונטער די פֿאָטעלן און אין בוידעם].

ווען איך האָב דערזען דאָס וואָרט „בוידעם‟, אָן שום איבערזעצונג אויף מאָדערנעם עבֿרית, האָט זיך מיר נישט געגלייבט. איר קענט זיך דען פֿאָרשטעלן אַז אין אַ ראָמאַן אויף ענגליש זאָל שטיין: They ignored me and continued looking for Evyatar beneath the armchairs and in the boydem אָן דעם ענגלישן טײַטש דערפֿון? נבֿוס באַניץ פֿונעם וואָרט איז אַ באַװײַז אויף װי װײַט ייִדישע װערטער זענען אַ טײל פֿון עבֿרית.

אַזוי זעט מען אויך בײַ „שטיסל‟. במשך פֿון יעדן קאַפּיטל הערט מען ייִדישע ווערטער ווי, למשל: „לא שמעת? הרב מרדכי קירשטיין קבל את ה־׳שטעלע’ [האָסט נישט געהערט? הרבֿ מרדכי קירשטיין האָט באַקומען די שטעלע]. אויף העברעיִש זאָגט מען אַוודאי „עבֿודה‟, נישט „שטעלע‟. דער פֿאַקט וואָס אַ ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־פּראָגראַם נעמט אַרײַן נישט בלויז ייִדישע ווערטער, נאָר פֿולע זאַצן און דיאַלאָגן, איז אַ סימן אַז דער הײַנטיקער ישׂראלי איז אפֿשר מער גענייגט אָנצונעמען די ייִדישע שפּראַך ווי אַ טייל פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור־ירושה.

כ׳האַלט אַז מיר האָבן דערווײַל בלויז אָנגערירט דעם שפּיץ אײַזבאַרג. איבער אַ יאָר האָף איך ווידער צו פֿאָרן קיין ישׂראל, אָבער דאָס מאָל וועל איך אײַנשטיין אין אַ צווייטער שטאָט. ווי אַ צאָל ייִדישיסטן האָבן מיר דאָס מאָל געזאָגט: „דו מיינסט אַז אין ירושלים האָט מען ליב ייִדיש? פֿאָר קיין תּל־אָבֿיבֿ!‟