עס ווערן געזוכט מוזיקער און זינגער פֿאַר אַ ייִדישער אָפּערע

Musicians and Singers Sought to Perform Yiddish Opera

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 13, 2019.
הענעך קאָן און די הילע פֿון זײַן אָפּערע
Triangle Orchestra/Forverts Collage
הענעך קאָן און די הילע פֿון זײַן אָפּערע

אין 1924 האָט מען אין וואַרשע פֿאָרגעשטעלט אַ נײַע ייִדישע אָפּערע פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר הענעך קאָן, „בת שבֿע‟, אָנגעשריבן פֿונעם פּאָעט און דראַמאַטורג משה בראָדערזאָן. די אָפּערע איז געווען די ערשטע פּראָפֿעסיאָנעלע אַזאַ וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אין מיזרח־אייראָפּע. מלך ראַוויטש האָט זי געלויבט ווי אַ מײַלשטיין אין דער מאָדערנער ייִדישער מוזיק און קונסט.

הײַנט, מיט 95 יאָר שפּעטער, וויל מען ווידער פֿאָרשטעלן די אָפּערע, דאָס מאָל אין ווײַמאַר און לאָדזש. דרײַ אָרגאַניזאַציעס, דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — ביבליאָטעק־מעדעם‟, „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟ און „דער צענטער פֿאַר דיאַלאָג אויפֿן נאָמען פֿון מאַרעק איידלמאַן‟ (לאָדזש), אַרבעטן צוזאַמען כּדי צונויפֿצוברענגען אַ גרופּע יונגע מוזיקער און זינגער פֿון פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד און פּוילן, פֿאַר דער פּראָדוקציע.

די מוזיקער וועלן פֿאַרברענגען דרײַ וואָכן צוזאַמען אין אויגוסט; לכתּחילה — בײַם „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — ביבליאָטעק־מעדעם‟, וווּ מע וועט זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער קולטור. דערנאָך וועט מען פֿאָרן קיין ווײַמאַר, וווּ די מוזיקער וועלן רעפּיטירן די אָפּערע און זי פֿאָרשטעלן פֿאַרן פֿעסטיוואַל „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟. צום סוף וועט מען פֿאָרן קיין לאָדזש, כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון הענעך קאָן אין זײַן היימשטאָט און פֿאָרצושטעלן די אָפּערע בײַם „צענטער פֿאַר דיאַלאָג אויפֿן נאָמען פֿון מאַרעק איידלמאַן‟. מע וועט אויך שפּילן די אָפּערע בײַם נאַציאָנאַלן מלוכישן מוזיי פֿון די פּוילישע ייִדן, „פּאָלין‟ (וואַרשע).

די באַנײַטע אַראַנזשירונג פֿון דער אָפּערע האָט געשאַפֿן דער קלעזמער־מוזיקער און קאָמפּאָזיטאָר דזשאָשואַ האָראָוויטש.

מע רופֿט מוזיקער און זינגער אין עלטער פֿון 18 ביז 30 יאָר פֿון דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און פּוילן אָנצוגעבן אויף אַ ראָלע אין דער פּראָדוקציע פֿון דער אָפּערע. די פּראָגראַם, וואָס מע רופֿט אָן דעם Triangle Orchestra, וועט דעקן די פֿאָר־הוצאָות, עסן און נאַכטלעגער. כּדי אָנצוגעבן קוועטשט דאָ.