ספּעציעלער קורס פֿאַר ייִדיש־זינגער אין לאָנדאָן

Special Course for Yiddish Singers in London

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published May 14, 2019.
Golden Peacock Festival

עס זענען הײַנט דאָ ממש צענדליקער פֿעסטיוואַלן פֿון קלעזמער־מוזיק, וווּ מע קען זיך פֿאַרטיפֿן אין דער מוזיק און קולטור פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. בלויז איינער פֿון אָט־די פֿעסטיוואַלן איז אָבער ספּעציעל געווידמעט די זינגער, וואָס ווילן זיך לערנען מער וועגן ייִדיש געזאַנג. די אוניקאַלע פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין לאָנדאָן אונטער דער לייטונג פֿון דער האָלענדיש־ייִדישער זינגערין שורה ליפּאָווסקי, הייסט די „שול פֿאַר ייִדישע זינגער — גאָלדענע פּאַווע‟. הײַיאָר קומט דער קורס פֿאָר פֿון זונטיק, דעם 18טן אויגוסט ביז פֿרײַטיק, דעם 23סטן אויגוסט.

צוזאַמען מיט שורה ליפּאָווסקי וועלן דעם זומער לערנען לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון דער קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟ און קלאַנג־אַרכיוויסט בײַם „ייִוואָ‟, די זינגערין פּאָלינאַ שעפּהערד און דער קאָמפּאָזיטאָר און פּיאַניסט דזשאָסעף פֿינלי.

דער שׂכר־לימוד איז £150 פֿאַר סטודענטן און £225 פֿאַרן ברייטן עולם. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע, קוועטש דאָ.

די „שול פֿאַר ייִדישע זינגער — גאָלדענע פּאַווע‟ ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן לאָנדאָנער „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער מוזיק‟, אַ לאַנגיאָריקער צענטער פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער מוזיק, וואָס שטרעבט אויסצושולן מוזיקער און זינגער דורך פֿעסטיוואַלן און קלאַסן. אַחוץ דער „גאָלדענער פּאַווע־שול‟ פֿירט דער אינסטיטוט אויך אָן מיט אַ ייִדיש־פּראָגראַם „אָט אַזוי‟ און רעפֿעראַטן און וואַרשטאַטן געווידמעט דער ספֿרדישער, ישׂראלדיקער און קלאַסישער ייִדישער מוזיק. דער אינסטיטוט איז אַ טייל פֿון דער „שול פֿאַר אַפֿריקאַנער, מיטל־מיזרחדיקע און אַזיאַטישע קולטורן‟ בײַם לאָנדאָנדער אוניווערסיטעט.