קאָנצערט פֿון „ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר‟ געווידמעט ליבע

Jewish People's Philharmonic Chorus Concert, "Yiddish Flavors of Love"

דער כאָר שטעלט פֿאָר אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע רומעניע‟ אויף אַ קאָנצערט אין 2015
Jewish People's Philharmonic Chorus/Youtube
דער כאָר שטעלט פֿאָר אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע רומעניע‟ אויף אַ קאָנצערט אין 2015

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 03, 2019.

דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟, וואָס פּראַוועט הײַיאָר זײַן 97סטן סעזאָן, וועט באַלד אויפֿטרעטן מיט אַ זומער־קאָנצערט אָפּגעגעבן דער טעמע ליבע. דער קאָנצערט, וואָס קומט פֿאָר זונטיק, דעם 16טן יוני, וועט אַרײַננעמען לידער וואָס שילדערן אַלע סאָרטן ליבע — ראָמאַנטישע, פּאַטריאָטישע און פֿאָטערישע ליבע (די פּראָגראַם קומט פֿאָר אויפֿן אַמעריקאַנער יום־טובֿ לכּבֿוד די טאַטעס).

צווישן די לידער, וואָס מע וועט אויספֿירן צום ערשטן מאָל אין נײַע אַראַנזשירונגען פֿונעם כאָרס לאַנגיאָריקן דיריגענט בנימין שעכטער: „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, „אויפֿן אויוון זיצט אַ מיידל‟ און „אוי, דאָרטן, דאָרטן‟. דער כאָר וועט אויך דעבוטירן עטלעכע באַקאַנטע לידער, וואָס מע זינגט צום ערשטן מאָל אויף מאַמע־לשון, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון די אָפּערע־קאָמפּאָזיטאָרן דזשיאַקאָמאָ פּוטשיני און דזשאָרדזש פֿרידריך האַנדל און דאָס הויפּטליד פֿונעם פּאָפּולערן פֿילם The Godfather.

פֿאַר די אין עולם וואָס קענען ניט קיין ייִדיש, וועט יעדעס ליד באַגלייט ווערן מיט ענגלישע אייבערקעפּלעך און אינעם פּראָגראַם־בראָשור וועלן שטיין די טעקסטן פֿון די לידער אויף ייִדיש און ענגליש.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען דרײַ אַ זייגער נאָכמיטאָג בײַם „מערקין קאָנצערט־זאַל‟ אין לינקאָן־צענטער, ניו־יאָרק. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט, קוועטשט דאָ.

אַחוץ דער פֿאָלקסבינע און דעם פֿאָרווערטס זענען ניטאָ קיין ייִדישע קולטור־אינסטיטוציעס, וואָס האָבן אַזאַ לאַנגע געשיכטע ווי דער „ייִדישער פֿילהאַרמאָנישער פֿאָלקסכאָר‟. דער פֿאָלקסכאָר איז געגרינדעט געוואָרן ווי דער „פֿרײַהייט געזאַנג־פֿאַראיין‟ אין 1922 אויפֿן איסט־סײַד דורכן לעגענדאַרן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער. במשך פֿון די יאָרן האָט דער כאָר געזונגען אין „קאַרנעגי־האָל‟, „לינקאָן־צענטער‟, „סימפֿאָני־ספּייס‟, „דעם קאַטעדראַל פֿון סאַנקט דזשאָן‟ און אַזוי ווײַטער. לכתּחילה פֿאַרבונדן מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, איז דער כאָר שוין לאַנג אומפּאַרטײיִש. זינט 1995 דיריגירט אים בנימין שעכטער.