לייוויק־הויז־אַרכיטעקט דערציילט ווי מע האָט געבויט דעם בנין

Leivik House Architect Describes How Building Was Designed

פֿון דניאל גלאי

Published June 06, 2019.
(פֿון רעכטס): דניאל גלאי, ידידיה יצחקי, זאבֿ צאַנין און טובֿה רעשטיק־דאַווידזאָן
Bella Bryks-Klein
(פֿון רעכטס): דניאל גלאי, ידידיה יצחקי, זאבֿ צאַנין און טובֿה רעשטיק־דאַווידזאָן

דעם 28סטן מײַ האָט מען אינעם בנין פֿון לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ אָפּגעמערקט דעם 10טן יאָרצײַט פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, זשורנאַליסט און ייִדיש־קעמפֿער מרדכי צאַנין. ס’איז געווען אַ פֿרייד צו זען צווישן עולם אַ גרויסע צאָל קרובֿים און באַקאַנטע וואָס זאבֿ צאַנין, דעם שרײַבערס זון, האָט פּערזענלעך פֿאַרבעטן צו דער באַגעגעניש — נאָך א סימן אַז עפּעס פּאָזיטיווס קומט פֿאָר אין לאַנד וואָס שייך דער באַציִונג צו מאַמע־לשון.

צוליב דעם וואָס צאַנין האָט געשפּילט אַ הויפּטראָלע אין שאַפֿן דעם בנין פֿאַר בית לייוויק האָט מען אויך אָפּגעמערקט 49 יאָר פֿונעם באַקאַנטן הויז פֿונעם ייִדישן שרײַבער, ווי אַ צוגרייטונג אויף איבעראַיאָר ווען מע וועט אָפּמערקן דעם 50סטן יאָר זינט זײַן אַנטשטייונג. די ישׂראלדיקע געשיכטע פֿון ייִדיש האָט אין לייוויק־הויז אַ צענטראַלן אָרט — אַ פֿאַקט באַקאַנט סײַ אין ישׂראל סײַ אין אויסלאַנד.

כּדי זיך צו דערוויסן מער פּרטים ווי אַזוי דער בנין איז אויפֿגעבויט געוואָרן האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַוויזן אויסצוזוכן דעם אַרכיטעקט פֿון בנין, ד״ר ידידיה יצחקי וואָס האָט דערוועגן צוגעגרייט אַ ספּעציעלן באַריכט. ער האָט דערציילט אַז בײַ דער פֿירמע וואָס האָט געפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען מיטן ייִדישן שרײַבער־פֿאַראיין איז יוסף אַפּעלבוים ז”ל געשטאַנען בראש פֿונעם פּראָצעס. צוליב דעם וואָס ער האָט גערעדט ייִדיש פֿון דער היים האָט ער געקאָנט לײַכט זיך דורכרעדן מיט די פֿאָרשטייער פֿון לייוויק־הויז.

„ווען ס’איז צו אונדז געקומען מרדכי צאַנין און אונדז פֿאָרגעלייגט צו פּלאַנירן דעם הויז פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל איז עס פֿאַר אונדז געווען אַ גרויסער כּבֿוד און ס’איז געווען ניט קיין לײַכטער פֿאַרמעסט צו בויען אַזאַ יחיד־במינודיקן הויז,‟ האָט ידידיה יצחקי געזאָגט. צאַנין האָט שוין פֿון פֿאָרויס אויפֿגעקלערט, אַז דער בנין וועט הייסן ה. לייוויק נאָכן גרויסן פּאָעט און דראַמאַטורג, איינער פֿון די בולטסטע שאַפֿערס און גײַסטיקע פֿאָרשטייערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען אַז צוויי פֿון לייוויקס גרעסטע דראַמעס, „קייטן‟ און „דער גולם‟, האָט מען שוין געהאַט געשפּילט אויף העברעיִש אין הבימה־טעאַטער.

נאָכן אויפֿבויען דעם בנין האָט מען אַרײַנגעשטעלט דאָס פּרעכטיקע וואַנטבילד, געמאָלט פֿונעם קינסטלער קלמן שמי [שעמי].

צווישן אַנדערע האָט יצחקי איבערגעגעבן, אַז בײַם אָוונט פֿון חנוכּת־הבית, איידער די דעמאָלטיקע פּרעמיער מיניסטערין גאָלדע מאיר האָט אָנגעהויבן איר רעדע, האָט זיך געהערט פֿון עולם דער פֿאַרלאַנג: „ייִדיש, ייִדיש!‟ און זי האָט טאַקע געהאַלטן איר רעדע אויף מאַמע־לשון. (איר רעדע און די אַנדערע זענען פּובליקירט געוואָרן אין „די גאָלדענע קייט‟, יוני 1970.

דער אַרכיטעקט, ידידיה יצחקי
Bella Bryks-Klein
דער אַרכיטעקט, ידידיה יצחקי

יצחקי האָט אויפֿן אָוונט דערציילט, אַז מצד דער תּל־אַבֿיבֿער מוניציפּאַליטעט האָט מען אים געשטעלט באַדינגונגען, בעיקר אַז דער בנין — אַן עלעגאַנט הויז וווּ עס האָט אַמאָל געוווינט די באַרימטע משפּחה בערטאָנאָוו — זאָל בלײַבן ווי עס איז און איבער דעם זאָל מען בויען נאָך עטלעכע שטאָק, וואָס זאָל ווערן דער בית־לייוויק. וכּך הווה.

סך־הכּל איז יצחקי צופֿרידן פֿונעם רעזולטאַט. נאָר איין זאַך באַדויערט ער הײַנט — קיין ווינדע (ליפֿט) האָט מען דאָרט ניט אינסטאַלירט. האָב איך אַ טראַכט געטאָן: בעסער אַ בנין אָן קיין ווינדע, איידער פֿאַרקערט, אַ ווינדע אָן קיין בנין… ס’איז שווער איבערצוגעבן אַלע מאָמענטן וואָס האָבן אויפֿגעציטערט דעם פּובליקום. מענטשן פֿון פֿאַרשידענע הינטערגרונטן, א טייל פון זיי — אַקטיווע פֿאַר ייִדיש, האָבן שטאַרק אַפּלאָדירט במשך פֿון דער פּראָגראַם, אָבער בעיקר זענען זיי שפּעטער צוגעקומען צו מיר און אויסגעדריקט זייער טיפֿע איבערלעבונג און אַז זייערע עלטערן האָבן אין די 1950ער און 60ער פֿון 20סטן יאָרהונדערט געלייענט און געווען דערקוויקט פֿון דער היימישקייט און חריפֿות וואָס „די לעצטע נײַעס‟ האָט אַרײַנגעבראַכט אין זייער לעבן. אויך ווען די קינדער האָבן די צײַטונג ניט געלייענט זענען זיי פֿאָרט געווען שותּפֿים צום גענוס פון די עלטערן.

אין צענטער פֿון פּראָגראַם האָט מען דעמאָנסטרירט דעם פֿילם געווידמעט מרדכי צאַנינען פּראָדוצירט דורך אשר גל. צאַנין רעדט אויף ייִדיש און העברעיִש וועגן זײַן לעבנסגאַנג און זײַן אומדערמידלעכן קאַמף כּדי אין לאַנד זאָל דערשינען אַ ייִדישע טעגלעכע צײַטונג, וואָס מ’האָט עס ענדלעך דערגרייכט אין יאָר 1958. אַ שאָד נאָר וואָס דער פֿילם האָט נאָך ניט קיין ענגלישע אונטערקעפּלעך וועלכע זענען אַזוי נייטיק כּדי צו דערגרייכן אַ ברייטערן פּובליקום.

די זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי האָט באַשײַנט דעם אָוונט מיט טראַדיציאָנעלע לידער ווי אויך עטלעכע צו וועלכער זי האָט צוגעשטעלט אייגענע מוזיק. שלום שוואַרץ, אַ געראַטעוועטער פֿון טראַנסניסטריע, אַן אויסגעצייכנטער מאָלער און קונסטלערער, האָט צום שלוס דערציילט וועגן די יאָרן ווען דער שרײַבער־פֿאַראיין איז געזעסן אין אַ קעלער אויף דבֿ הוז־גאַס, ניט ווײַט פֿון הײַנטיקן בנין. טובֿה רעשטיק־דאַווידזאָן האָט פֿאָרגעלייענט אויסצוגן פֿון צאַנינס ווערק אויף ייִדיש און זייער העברעיִשער איבערזעצונג. אַ טשיקאַווע זאַך האָט זי דערציילט: בײַם איבערזעצן געוויסע ווערטער האָט זי אַרײַנגעקוקט אין צאַנינס ווערטערבוך, נאָר צו איר גרויסער איבערראַשונג האָט זי יענע ווערטער ניט געפֿונען… און אפֿשר איז עס קיין חידוש ניט. ווי די אָ ווערטער זענען ניט פֿאַראַן אויף העברעיִש האָט קיין זינען ניט געהאַט זיי אַרײַנצושטעלן אין ווערטערבוך.

ישׂראל רודניצקי, דער גוט באַקאַנטער ייִדישער רעדאַקטאָר פֿון אַמאָליקן י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג וואָס האָט ליידער ניט געקאָנט בײַזײַן די אונטערנעמונג, דערציילט אָפֿט מיט וויפֿל פֿאָטערלעכער וואַרעמקייט און מענטשלעכקייט האָט צאַנין געזאָרגט פֿאַר אים, נאָכן עולה זײַן קיין ישׂראל אין די 1960ער.

אין פֿאַרגלײַך מיט דער היסטאָרישער עפֿענונג אין 1970, ווען די אונטערנעמונג האָט זיך פֿאַרצויגן אויף צוויי גאַנצע טעג, איז דאָס מאָל געקומען אַ קנאַפּער עולם — בערך אַ 50 פּערזאָן. נו, אַלע ווייסן מיר אַז צײַטן בײַטן זיך און דאָך איז עס ממש אַ נס וואָס דאָס הויז פֿונעם ייִדישן שרײַבער שטייט ווײַטער אויף זײַנע אייגענע פֿיס און פֿילט אויס זײַן שליחות. ס׳איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז אַזעלכע אונטערנעמונגען קומען פֿאָר נאָר אַ דאַנק די איבערגעגעבענע אַקטיוויסטן און וואָלונטירן און ס’קומט זיי אַלעמען אַ גרויסער יישר־כּוח.