„לשון הבית‟ — אַ ישׂראלדיקער פּראָיעקט צו דאָקומענטירן ייִדישע שפּראַכן

Israeli Project to Document Jewish Languages

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 11, 2019.
יוסף מאיר, איינער פֿון די מענטשן אינטערוויויִרט דורך „לשון הבית‟, דריקט זיך אויס אויף מערבֿ־ייִדיש
Lashon HaBayit
יוסף מאיר, איינער פֿון די מענטשן אינטערוויויִרט דורך „לשון הבית‟, דריקט זיך אויס אויף מערבֿ־ייִדיש

די טעמע שפּראַכן בײַ ייִדן בכלל און ייִדישע שפּראַכן בפֿרט ציט צו אַלץ מער אינטערעס. כאָטש מע פֿאָרשט שוין דורות לאַנג געוויסע ייִדישע שפּראַכן (איבערהויפּט: העברעיִש, אַרמיש, לשון־קודש, ייִדיש און דזשודעזמע), איז עס נאָר אין די לעצטע 20 יאָר וואָס מע פֿאָרשט זיי אויס סיסטעמאַטיש ווי אַן איינהייט. מע פֿאָרשט, למשל, אויס צי איז דאָ עפּעס אַן עיקר־פֿאָדעם וואָס בינדט צונויף אַזעלכע דיאַלעקטן און שפּראַכן ווי די ייִדיש־אַרמיש פֿון קורדיסטאַן מיט די לשונות וואָס די ייִדן האָבן אַמאָל גערעדט אין קאַטאַלאָניע אָדער מאָראָקאָ?

כּדי צו מאַכן אַ געהעריקע פֿאָרשונג אַזאַ דאַרף מען קודם רעקאָרדירן מענטשן וואָס רעדן די שפּראַכן. געוויסע פֿאָרשער האָבן געשטרעבט צו רעקאָרדירן די שפּראַכן און דיאַלעקטן פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס אָבער ביז לעצטנס האָט קיינער פֿון זיי ניט פּרובירט זיי אַלע צו רעקאָרדירן. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט אַ גרופּע ישׂראלדיקע פֿאָרשער לאַנצירט דעם פּראָיעקט „לשון הבית‟, אָנגעפֿירט פֿון ד׳׳ר יהודית הנשקה (הענשקע), דער הויפּט פֿון העברעיִש־אָפּטייל פֿון חיפֿהער־אוניווערסיטעט. דער ציל פֿונעם פּראָיעקט איז צו שאַפֿן פֿילמען פֿון ישׂראלים, וואָס קענען ייִדישע שפּראַכן און דיאַלעקטן און זיי אינטערוויויִרן אויף זייערע מוטערשפּראַכן וועגן ייִדישע מנהגים און טראַדיציעס, ווי אויך צו העלפֿן אויפֿלעבן און פֿאַרשפּרייטן אָט די טראַדיציעס צווישן די ישׂראלים.

ד׳׳ר הנשקה און אירע קאָלעגן זענען אַלע עקספּערטן פֿון העברעיִש און די לשון־קודשדיקע עלעמענטן פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע שפּראַכן און דיאַלעקטן, איז קיין חידוש ניט, אַז איינער פֿון זייערע עיקר־צילן איז צו פֿאַרגלײַכן די לשון־קודשדיקע קאָמפּאָנענטן פֿון פֿאַרשידענע שפּראַכן און דיאַלעקטן, כּדי צו זען צי זיי האָבן בשותּפֿותדיקע עלעמענטן. איבערהויפּט פֿאָקוסירט מען אויף זעקס גרופּעס ייִדישע שפּראַכן וואָס די אָרגאַניזירער האַלטן פֿאַר באַדראָטע: די פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש־אַראַביש, ייִדיש־פּערסיש און ייִדיש־אַרמיש (וואָס אַ טייל פֿון זיי זענען בעצם שפּראַכן פֿאַר זיך), ייִדיש־גרוזיש, ייִדיש מחוץ דער חרדישער וועלט (אַרײַנגערעכנט מערבֿ־ייִדיש) און דזשודעזמע. ביז אַהער האָבן די פֿאָרשער אַרויפֿגעשטעלט צענדליקער ווידעאָס פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע שפּראַכן און דיאַלעקטן אויף זייער יוטוב־קאַנאַל.

דאָרטן קען מען זיך צוהערן צו אינטערוויוען אויף ייִדיש און אַ שלל דיאַלעקטן פֿון ייִדיש־אַראַביש, ייִדיש־אַרמיש און ייִדיש־פּערסיש. ספּעציעל אינטערעסאַנט דעם פֿאָרווערטס־לייענער איז אַן אינטערוויו מיט אַ ייִד פֿון דער שווייץ, וואָס רעדט אַ דיאַלעקט פֿון מערבֿ־ייִדיש.