„דאָס ייִדישע קול‟: אַ סעריע אינטערוויוען פֿון פּאַריז

On "The Yiddish Voice": A Series of Interviews from Paris

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 14, 2019.
ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי און רייזע טורנער
Yiddish Book Center/Forverts Collage
ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי און רייזע טורנער

די באָסטאָנער ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול‟ איז הײַנט די איינציקע רעגלמעסיקע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף ייִדיש אין אַמעריקע. די פּראָגראַם, וואָס מע קען הערן סײַ דירעקט אויפֿן ראַדיאָ אין באָסטאָן און אומגעגנט אויף דער סטאַנציע WUNR 1600, סײַ אויף דער אינטערנעץ, ווערט אָנגעפֿירט שוין לאַנגע יאָרן פֿון מאיר דוד.

כאָטש די פּראָגראַם איז באַזירט אין באָסטאָן און ווערט דאָרטן טראַנסמיטירט, פֿאַרבעט מען אויף „דאָס ייִדישע קול‟ געסט פֿון אַלע עקן וועלט. במשך פֿון די יאָרן האָט די פּראָגראַם אינטערוויויִרט צענדליקער געסט, פֿון ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר ביז אַ ריי באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן.

לעצטנס איז ד׳׳ר שלום ביינפֿעלד, אַן אָפֿטער קאָרעספּאָנדענט פֿאַר דער פּראָגראַם, געהאַלטן אַ סעריע אינטערוויוען מיט די אָרטיקע ייִדיש־אַקטיוויסטן פֿאַרבונדן מיטן „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם מיטוואָך האָט מען טראַנסמיטירט אַן אינטערוויו מיט רייזע טורנער, אין וועלכער זי רעדט וועגן דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה אין פּאַריז און אירע איבערזעצונגען. אין די קומענדיקע וואָכן וועט מען טראַנסמיטירן נאָך אַ ריי אינטערוויוען פֿון דער סעריע, אַרײַנגערעכנט שמועסן מיט ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי און ד׳׳ר זשיל ראָזיע.

די פּראָגראַם קען מען הערן יעדן מיטוואָך, פֿון 7:30 ביז 8:30 אין אָוונט באָסטאָנער צײַט. מע קען אויך הערן די שמועסן אויף דער וועבזײַט פֿון דער פּראָגראַם נאָך דעם וואָס זיי ווערן טראַנסמיטירט, ווי אויך באַקומען די עפּיזאָדן דורך אײַטונס.

ס׳איז כּדאַי איבערצוקוקן די וועבזײַט פֿון דער פּראָגראַם, וווּ מע קען הערן אינטערוויוען פֿון די 1990ער און 2000ער יאָרן מיט אלי וויזעל, מאַרעק איידלמאַן, יוסף־יצחק יאַקאָבסאָן, חנה מלאָטעק, פֿײַוויש פֿינקעל, שמואל באַק, מײַק בורשטיין, יחיאל שרײַבמאַן, מינע בערן, טעאָדאָר ביקעל, מרדכי שעכטער, מנשה לוסטיג, יאַנקעלע באָדאָ און פֿאַניע בראַצאָווסקי.