קראָקע: בעסער אַ באַר איידער אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע?

Krakow: Is a bar better than a Reform Synagogue?

ווי עס זעט אויס דער באַר „חבֿרה”
Hevre Bar
ווי עס זעט אויס דער באַר „חבֿרה”

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 17, 2019.

אין קראָקע האָט לעצטנס אויפֿגעפֿלאַקערט אַ מאָדנע מחלוקת צווישן צוויי גרופּעס ייִדן — אין שײַכות מיט אַ באַר.

עס גייט די רייד וועגן דעם פּאָפּולערן היפּסטער־באַר („חבֿרה‟), וואָס געפֿינט זיך אינעם בנין פֿון דער אַמאָליקער שיל „חבֿרה תּהילים‟ אין קוזמיר, דער ייִדישער קוואַרטאַל וואָס איז במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ טוריסטן־אָרט.

אַ גרופּע קראָקאָווער ייִדן פּראָטעסטירט דעם באַר, ווײַל זײַנע אייגנטימער האָבן חרובֿ געמאַכט אַ וואַנט פֿון דער אַמאָליקער שיל, צעשטערט דאָס אָרט פֿונעם אַמאָליקן ארון־קודש און פֿאַרנאַכלעסיקט די אַלטע פֿרעסקאָ־מאָלערײַען אויף די ווענט. כּדי אויסצודריקן זייער כּעס וועלן די דעמאָנסטראַנטן, אָרגאַניזירער פֿונעם „אַלטערנאַטיוון קראָקאָווער קולטור־פֿעסטיוואַל‟, פּראָיעקטירן אויפֿן בנין אַ ליכטבילד פֿון דער חרובֿ־געוואָרענער וואַנט, וואָס די אייגנטימער פֿונעם באַר האָבן אַראָפּגעריסן.

בעת איין ייִדישע גרופּע פּראָטעסטירט די צעשטערונג פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה, געניסט אַ צווייטער דערפֿון. דער בעל־הבית פֿונעם בנין, וואָס פֿאַרדינגט דעם לאָקאַל די אייגנטימער פֿונעם באַר, איז די קראָקאָווער אָרטאָדאָקסישע קהילה.

אין 2001 האָט די פּוילישע רעגירונג אומגעקערט דעם בנין דעם ייִדישן ציבור און געגעבן די אָרטאָדאָקסישע מנהיגים די דעה איבער זײַן גורל. צוליב דעם וואָס די אָרטאָדאָקסישע קהילה האָט, לויט איר הויפּט־רבֿ בועז גאַדקע, „שוין געהאַט מער ווי גענוג שילן‟, האָבן זיי געלאָזט דעם בנין שטיין ליידיק. אין 2012 האָט די רעפֿאָרם־קהילה „בית־קראָקע‟ געבעטן בײַ זייערע אָרטאָדאָקסישע שכנים, צי זי קען נוצן דעם בנין ווי איר סינאַגאָגע. האָבן די אָרטאָדאָקסישע מנהיגים זיך אָפּגעזאָגט זיי צו פֿאַרדינגען די אַמאָליקע שיל און אַנשטאָט דעם, מיט פֿיר יאָר שפּעטער, יאָ דערלויבט, אַז דער באַר „חבֿרה‟ זאָל איבערנעמען דעם לאָקאַל. הייסט עס, אַז בײַ די קראָקאָווער אָרטאָדאָקסישע מנהיגים איז אַ באַר מער חשובֿ ווי אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע?

ווי עס זאָל ניט זײַן, האָט דער באַשלוס מצד די אָרטאָדאָקסישע מנהיגים ניט איבערצוגעבן דעם בנין די רעפֿאָרם־ייִדן דערפֿירט צו דער ווײַטערדיקער צעשטערונג פֿון דער היסטאָרישער שיל. ניט געקוקט אויף דעם וואָס די דײַטשן האָבן אים בשעתן חורבן אונטערגעצונדן, האָט דער בנין נאָך אַלץ פֿאַרמאָגט אַ ריי קינסטלערישע און אַרכיטעקטורעלע אוצרות, וואָס האָבן עדות געזאָגט אויפֿן פֿילפֿאַרביקן ייִדישן אַמאָל. זינט דער באַר „חבֿרה‟ האָט איבערגענומען די לייצעס אין 2016, האָט דער צושטאַנד פֿון אָט די קולטור־אוצרות אָבער זיך אַ סך פֿאַרערגערט.

הרבֿ בועז גאַדקע האָט איבערגעגעבן דער ייִט׳׳אַ, אַז מע האָט געשלאָסן דעם אָפּמאַך מיטן באַר על־פּי־הלכה. וואָס איז אָבער כּשר על־פּי־דין איז ניט אַלעמאָל מאָראַליש גערעכט — דאָס ניט געבן געהעריק אַכטונג אויפֿן בנין און אירע קולטור־אוצרות איז ממש אַ חטא קעגן דער ייִדישער געשיכטע און די ייִדן, וואָס האָבן אַמאָל דאָרטן געדאַוונט און זענען אומגעקומען על־קידוש־השם.