נײַער קאַפּיטל „ווײַבערטײַטש‟ אין מעלבורן

New Episode of Vaybertaytsh in Melbourne

Vaybertaytsh/Forverts collage

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 25, 2019.

די אָנפֿירער פֿון די צוויי מעלבורנער ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־פּראָגראַמען האָבן אַ צײַטווײַליקע קאָנקורענטקע.

סאָסיע פֿאָקס, די גרינדערין און הויפּט־אָנפֿירערין פֿונעם פֿעמיניסטישן ייִדישן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש‟, וואָס הייבט באַלד אָן זײַן נײַעם סעזאָן, געפֿינט זיך איצט אויף אַ באַזוך אין אויסטראַליע, וווּ זי באַזוכט די אָרטיקע ייִדיש־אינסטיטוציעס.

ווי אַ טייל פֿון איר וויזיט וועט זי דעם 4טן יולי רעקאָרדירן אַ קאַפּיטל „ווײַבערטײַטש‟ בײַ דער מעלבורנער ייִדיש־שפּראַכיקער ביבליאָטעק „קדימה‟ מיטן אָנטייל פֿון די, וואָס וועלן קומען זײַן אַ טייל פֿון עולם אויף דער רעקאָרדיר־סעסיע. די פּראָגראַם ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן מעלבורנער „בונד‟, „קדימה‟ און דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון פּנינה זילבערמאַן. זי הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן קען מען קויפֿן דאָ.

ס׳איז שוין אַ טראַדיציע, אַז די מעלבורנער ייִדישיסטן פֿאַרבעטן אַמעריקאַנער, קאַנאַדער, ישׂראלדיקע און אייראָפּעיִשע ייִדיש־טוער צו קומען אויף אַ באַזוך אין יוני, יולי אָדער אויגוסט, ווען די אַקאַדעמיקער פֿונעם צפֿונדיקן העמיספֿער זענען אויף וואַקאַציע און די מעלבורנער ייִדן אָרדענען אײַן ווינטער־פּראָגראַמען. צו יענער צײַט אָרגאַניזירט מען אויך די „ייִדיש־סוף־וואָך‟, אויף וועלכער מע האָט הײַיאָר פֿאַרבעטן ד׳׳ר אַגי לעגוטקאָ (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט). אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען, צווישן אַנדערע, פֿאַרבעטן שיין בייקער, פּערל טייטלבוים און ד׳׳ר מרים חיה־סגל.