מוזיק־ווידעאָ אויף ייִדיש צילעוועט צו העלפֿן די גײַסטיק קראַנקע

Yiddish Music Video Aims to Help the Mentally Ill

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published June 26, 2019.

דעם 13טן מײַ איז אין באָראָ־פּאַרק פֿאָרגעקומען אַ טראַגעדיע, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די אָרטיקע אײַנוווינער און פֿרומע ייִדן אַרום דער וועלט: אַ 23־יאָריקער ייִדישער בחור האָט זיך גענומען דאָס לעבן דורכן אונטערצינדן זיך אין זײַן אויטאָ.

נאָך דעם אומגליק האָבן די אָנפֿירער פֿון „1225‟, אַ הילפֿצענטער פֿאַר חסידישע יונגע־לײַט, לאַנצירט אַ קאָמפּאַניע אין זײַן אָנדענק, „פּראָיעקט שמואלי‟, כּדי צו שאַפֿן געלט צו העלפֿן מענטשן אין דער חסידישער וועלט וואָס לײַדן יסורי נפֿש.

די וועבזײַט פֿון דער קאָמפּאַניע, דורכגעפֿירט דורך Charidy, אַ חרדישע ווערסיע פֿון GoFundMe, דערקלערט אויף ייִדיש און ענגליש וואָס דאָס הייסט צו לײַדן פֿון אַ גײַסטיקער קראַנקייט. אויף דער וועבזײַט געפֿינט זיך אויך אַ מוזיק־ווידעאָ פֿון אַ ייִדיש ליד וועגן דער טעמע, וואָס מע האָט אָנגעשריבן בלויז עטלעכע טעג נאָך דער טראַגעדיע. דעם ווידעאָ, מיט די זינגער טולי ברול און משה קלײַן, קען מען זען אויבן. ער איז דער ערשטער חסידישער מוזיק־ווידעאָ אַזעלכער, וואָס באַהאַנדלט בפּועל־ממש די טעמע, גײַסטיקע קראַנקייט. ביז לעצטנס האָט מען אַזוינע טראַגעדיעס אָפֿט פֿאַרשוויגן ווײַל, אַזוי ווי מע זעט בײַ געזעלשאַפֿטן אומעטום, איז בײַ די חסידים פֿאַראַן אַ סטיגמע אין שײַכות מיטן גײַסטישן געזונט, בפֿרט ווען עס קומט צו שידוכים.

פֿון דעסט וועגן איז דער מצבֿ הײַנט בעסער ווי אַמאָל: עס עקסיסטירן שוין ראַדיאָ־פּראָגראַמען אויף ייִדיש וועגן גײַסטיקע יסורים וואָס מע קען הערן דורכן טעלעפֿאָן, ווי אויך ייִדיש־שפּראַכיקע אויסגאַבעס געווידמעט דער טעמע, וואָס מע קען קויפֿן אין די חסידישע געשעפֿטן. דערצו זענען אין די לעצטע פּאָר יאָר אויפֿגעקומען ספּעציעלע טעראַפּיע־פּראָגראַמען אין דער פֿרומער וועלט, וואָס שטיצן מענטשן וואָס לײַדן פֿון גײַסטיקע יסורים און אַדיקציעס.

„1225‟, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער גײַסטיקער ירושה פֿון קווינס און לאָנג־אײַלענד‟ שטעלט צו גײַסטיקע הילף, טעראַפּיע און סאָציאַלע אַרבעטער, ווי אויך GED־קלאַסן פֿאַר די יונגע חסידים וואָס נייטיקן זיך אין אַזעלכע רעסורסן. ער דינט אויך ווי אַן אָרט, וווּ מענטשן קענען זיך סתּם טרעפֿן און שמועסן, ווען זיי פֿילן זיך דערשלאָגן אין זייער טאָגטעגלעכער סבֿיבֿה.

דער בחור וואָס האָט זיך גענומען דאָס לעבן, איז געווען אַן אָפֿטער גאַסט אין „1225‟.