פֿון פֿאָרווערטס־אַרכיוו: זעט אייראָפּע מיט „לופֿטאַנזאַ‟!

Forverts Archive: See Europe with Lufthansa!

Forward Association

פֿון יונה לובין

Published July 03, 2019.

אין דער דאָזיקער רעקלאַמע פֿונעם 15טן מײַ 1977, בעט די דײַטשישע מלוכישע לופֿטליניע „לופֿטאַנזאַ‟ אַז די ייִדישע לייענער פֿונעם פֿאָרווערטס זאָלן אויפֿן וועג קיין ישׂראל באַזוכן פֿראַנקפֿורט.

„לופֿטאַנזאַ‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1926 מיטן נאָמען „דויטשע לופֿט האַנזאַ‟, און איז געבליבן די אָפֿיציעלע דײַטשישע מלוכישע לופֿטליניע ביזן סוף פֿון דער נאַצי־תּקופֿה. אין 1945 איז די פֿירמע ליקווידירט געוואָרן. באַלד נאָך דעם האָבן די געוועזענע אָנגעשטעלטע פֿון „לופֿטאַנזאַ‟ געגרינדעט אַ נײַע פֿירמע „לופֿטאַג‟. אין 1954 האָט מען צוריקגעביטן דעם נאָמען אויף „לופֿטאַנזאַ‟.

די פֿאָרװערטס־רעקלאַמע פֿונעם 15טן מײַ 1977
די פֿאָרװערטס־רעקלאַמע פֿונעם 15טן מײַ 1977

די רעקלאַמע לויבט דאָס כּשר עסן וואָס די לופֿטליניע סערווירט אירע פּאַסאַזשירן און בעט דעם ייִדישן לייענער צו באַזוכן אַזעלכע פּאָפּולערע ערטער ווי די אַלפּנבערג, דעם שוואַרצן וואַלד און דעם רײַן. די פֿאַררופֿן אויף „אייראָפּע‟ (ער ווערט מער פּינקטלעך באַצייכט ווי „דײַטשלאַנד‟ בלויז ווען ס׳איז נייטיק) קלינגען אַ ביסל פּריקרע, ווען מע נעמט אין באַטראַכט אַז דווקא פֿון אייראָפּע זענען אַ סך פֿאָרווערטס־לייענער זענען אַ סך פֿאָרווערטס־לייענער אַנטלאָפֿן מיט אַן ערך 30 יאָר פֿריִער.

ס׳איז טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז די רעקלאַמע איז דערשינען בעתן אַזוי־גערופֿענעם „דײַטשישן האַרבסט‟, ווען די לינקע טעראָריסטישע גרופּע „רויטע אַרמיי־פֿראַקציע‟ RAF, מיט אַנדרעאַס באַדער און אולריקע מײַנהאָף בראָש, האָט דורכגעפֿירט אַ ריי אַטאַקן קעגן מערבֿ־דײַטשישע באַאַמטע מיטן ציל צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, וואָס זענען דעמאָלט געזעסן אין דײַטשלאַנד. איידער מע האָט געדרוקט די רעקלאַמע האָט די RAF שוין געהאַט דערמאָרדעט דעם הויפּט־פּראָקוראָר פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד, זיגפֿריד בובאַק און שפּעטער האָבן די טעראָריסטן פֿאַרכאַפּט אַ „לופֿטאַנזאַ‟־עראָפּלאַן און אים פֿאַרפֿירט — טאַקע קיין פֿראַנקפֿורט!