פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן וואָס מוטיקן רעדן און שרײַבן אויף ייִדיש

Foundation Seeks Projects Boosting Speaking, Writing in Yiddish

סאָסיע פֿאָקס און מאַרק קאַפּלאַן פֿירן אָן מיט אַ שפּיל אויף דער ייִדיש־וואָך — אַ יערלעכער צוזאַמענפֿאָר געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער
Yugntruf Youth For Yiddish
סאָסיע פֿאָקס און מאַרק קאַפּלאַן פֿירן אָן מיט אַ שפּיל אויף דער ייִדיש־וואָך — אַ יערלעכער צוזאַמענפֿאָר געשטיצט פֿון דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער

פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published July 09, 2019.

די פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער נעמט שוין איצט אָן אַפּליקאַציעס אויף סובסידיעס. די פֿונדאַציע זוכט גוט דורכגעקלערטע פּראָיעקטן וואָס זאָלן מוטיקן דאָס אַקטיוו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש.

פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט ביז איצט געשטיצט נעמען אַרײַן: אָנלײַן־ייִדיש־קלאַסן, צוזאַמענפֿאָרן אויף וועלכע מע רעדט בלויז ייִדיש, ווערטערביכער און לערנביכער.

די סובסידיעס באַטרעפֿן צווישן 1,000 און 3,000 דאָלאַר. דער טערמין אויף צו דערלאַנגען אַפּליקאַציעס איז נישט שפּעטער פֿון פֿרײַטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2019.

אַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אַרײַננעמען די ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע:

  1. אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט
  2. די נעמען און קורצע ביאָגראַפֿיעס פֿון די יחידים וועלכע באַטייליקן זיך אינעם פּראָיעקט
  3. אַ בודזשעט, אַרײַנגערעכנט אַנדערע קוואַלן בײַ וועלכע מע האָט געבעטן פֿאָנדן
  4. אַנדערע סובסידיעס וואָס מע האָט שוין באַקומען פֿאַר דעם פּראָיעקט
  5. די געמאָנטע סומע

זײַט אַזוי גוט, שיקט אײַער אַפּליקאַציע אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס: rukhls@gmail.com