פֿאָרווערטס־אַרכיוו: „לערנט זיך אויס רעדן ייִדיש שנעל!‟

Forverts Archive: "Master Yiddish Quickly!"


פֿון יונה לובין

Published July 11, 2019.

מיט דער לאָזונג „איר דאַרפֿט ניט זײַן קיין ייִד כּדי צו רעדן ייִדיש‟, אָנגעשריבן אויף ענגליש אויבן־אָן, פּרובירט די דאָזיקע רעקלאַמע איבערצוצײַגן קונים פֿון אַלע הינטערגרונטן זיך אויסצולערנען די ייִדישע שפּראַך.

אין 1967 האָט מען זיך שוין געזאָרגט וועגן דעם קיום פֿון ייִדיש. האָט איינער אַ פֿרעדריק קאָגאָס, דער פֿאַרלעגער פֿון „קאָגאָס־פּאָבליקיישאָנס‟, אויסגעקלערט אַ מיטל צו לייזן די צרה. זײַן מאָטיווירונג איז געווען דווקא אַן אינטערעסאַנטע: ער האָט געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך, מיט וועלכער ייִדן האָבן תּמיד געקענט קאָמוניקירן, בפֿרט אויב זיי האָבן ניט געקענט די לאַנדשפּראַך.

פֿאַר וואָס וואָלט מען אָבער געשריבן „לערנט זיך אויס רעדן ייִדיש שנעל‟ דווקא אויף ייִדיש אין אַ ייִדישער צײַטונג? ס׳איז דאָך אַ שטיקל פּאַראַדאָקס. אין דער אמתן איז די רעקלאַמע געווען געצילעוועט אויף עלטערן און באָבע־זיידעס, וואָס וואָלטן אפֿשר געקויפֿט די פּלאַטע פֿאַר „די קינדער, די אייניקלעך‟, וואָס האָבן ניט געקענט קיין ייִדיש.

אָדער אפֿשר וויל דער אַנאָנס מיט דעם זאָגן, אַז דורכן קויפֿן די פּלאַטע וועט דער ייִנגערער דור זיך אויסלערנען ייִדיש „שנעל‟, איידער ס׳איז שוין צו שפּעט. די צוויי „קולות‟ וואָס מע הערט אויף דער פּלאַטע — מאַרינע קאַרלינאָוואַ און צבֿי סקולער — האָבן, אַגבֿ, ביידע געשפּילט אין דער אָריגינעלער אינסצענירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. צי קאַרנילאָוואַ האָט טאַקע געקענט ייִדיש איז ניט באַקאַנט, איז דעריבער שווער צו וויסן וואָס פֿאַר אַ ראָלע זי האָט געשפּילט אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג. זייער מעגלעך אַז סקולער האָט רעציטירט די ייִדישע טיילן און קאַרלינאָוואַ — די ענגלישע.