סאָפֿיע לאָרען שפּילט ראָלע פֿון אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן

Sophia Loren To Play Role Of a Holocaust Survivor

Getty Images

פֿון פּ. דזש. גריסאַר

Published July 15, 2019.

די באַרימטע אַקטריסע סאָפֿיע לאָרען, וועלכע האָט שוין צען יאָר לאַנג נישט פֿיגורירט אין קיין פֿילמען, וועט שפּילן די ראָלע פֿון אַ ייִדישער פֿרוי וואָס האָט מיטגעמאַכט דעם חורבן, גיט איבער אַ באַריכט אין „וואַרײַעטי‟, דעם זשורנאַל פֿון דער קינאָ־ און טעאַטער־אינדוסטריע.

דער פֿילם, „לאַ וויטאַ דאַוואַנטי אַ סיי‟ [דאָס לעבן ווײַטער] ווערט רעזשיסירט פֿון לאָרענס זון עדוואַרדאָ פּאָנטי און איז געבויט אויפֿן סמך פֿונעם ראָמאַן „דאָס לעבן ווײַטער‟ (פּובליקירט אין 1975) אָנגעשריבן פֿונעם פֿראַנצייזישן שרײַבער, פּילאָט און דיפּלאָמאַט ראָמען גאַרי אונטערן פּסעוודאָנים עמילע אַזשאַר.

די 84־יאָריקע לאָרען וועט שפּילן מאַדאַם ראָזאַ, אַ פֿרוי פֿון דער שארית הפּליטה וואָס קניפּט אָן אַ באַציִונג מיט אַ 12־יאָריק מיידעלע פֿון סענעגאַל, אַ 10־יאָריקן גאַסייִנגל אין רומעניע און אַ 35־יאָריקע „טראַנס‟־פֿרוי.

כאָטש מע האָט נאָך אין 1977 פֿאַרוואַנדלט גאַריס ראָמאַן אין אַ פֿילם — „מאַדאַם ראָזאַ‟ מיטן ישׂראלדיקן רעזשיסאָר משה מזרחי — וועט די מעשׂה דאָס מאָל געוויזן ווערן דורכן קוקווינקל פֿון דער 12־יאָריקער אימיגראַנטקע, מאָמאָ.

דער פֿילם, וואָס דאַרף פֿאַרענדיקט ווערן אין מאַרץ 2020, וועט אויך דערהײַנטיקט ווערן און וועט נישט פֿאָרקומען אין פּאַריז, נאָר אין דער איטאַליענישער שטאָט באַרי.

לאָרען איז אַ קאַטוילישע אָבער האָט שוין פֿריִער געשפּילט ייִדישע פֿרויען — און אַפֿילו לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן. אינעם 1966־פֿילם „יהודית‟, האָט לאָרען געשילדערט די ייִדישע געוועזענע פֿרוי פֿון אַ דײַטשן טאַנק־קאָמאַנדאַנט. איר העלדין לעבט איבער דאַכאַו און ווערט געבראַכט אין ארץ־ישׂראל וווּ זי העלפֿט דער „הגנה‟ פֿאַנגען איר געוועזענעם מאַן. כּדי זיך צוצוגרייטן צו יענער ראָלע איז לאָרען עטלעכע מאָל געפֿאָרן קיין ישׂראל וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט אַ שטיקל צײַט אויף עטלעכע קיבוצים.

צוואָנציק יאָר נאָך „יהודית‟, האָט זי פֿיגורירט אינעם פֿילם „סאָליי‟ [די זון], אין דער ראָלע פֿון מאַמאַן לוי, אַ פֿרוי אין אַלזשיר וואָס איר מאַן, אַ ייִדישער פּאָסטאַמט־אַרבעטער, פֿאַרלאָזט זי כּדי צו פֿאָרן אין דער נאַצי־אָקופּירטער פּאַריז מיט געפֿעלשטע פּאַפּירן. מאַמאַן בלײַבט אין אַלזשיר מיט זייערע פֿינעף קינדער, אַרײַנגערעכנט אַ קינד מיט גײַסטיקע פּראָבלעמען, מאיר.

נישט געקוקט אויף איר עלטער, קען לאָרען נאָך אַלץ אַרבעטן 10 שעה אַ טאָג, זאָגט פּאָנטי. „ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו זען די ענערגיע און לײַדנשאַפֿט מיט וועלכער זי פֿירט דורך יעדע סצענע,‟ האָט ער געזאָגט.