וואָס ס׳איז אַ קעשענע ווייסט יעדער. נאָר פֿון וואַנעט זשע נעמט זיך עס? ס׳איז נישט אַזוי קלאָר. די ערשטע קעשענעס זענען, אַ פּנים, געווען זעקעלעך וואָס האָבן געהאָנגען פֿון די מלבושים. מיט דער צײַט האָט מען זיי אָנגעהויבן צונייען דערצו.
דאָס ייִדישע וואָרט “קעשענע” נעמט זיך אָדער פֿון פּוילישן kieszeń (אין עלטערן פּויליש — kieszenia) אָדער פֿון אוקראַיִנישן kyshenya (אין אוקראַיִנישן ייִדיש איז, אַגבֿ, אויך דאָ “קעשעניע”, מיט אַ יוד). נאָר די קענערס קענען זיך נישט דעררעדן צו דעם וואָס ס׳איז דער מקור. לויט די פּוילישע עטימאָלאָגן נעמט זיך דאָס וואָרט פֿון ווײַסרוסישן kishen, וואָס דאָס, ווידער, נעמט זיך פֿון ליטוויש. לויט די אוקראַיִנישע, אָבער, איז דאָס וואָרט פֿאַרבונדן מיט “קישקע”, ווײַל אַ מאָל איז אַ קעשענע גאָר געווען אַ מאָגן צי אַ קישקע, וואָס דערפֿון האָט מען געמאַכט זעקעלעך צום טראָגן קליינע זאַכן. חוץ דעם: ווי קומט אַ לײַוואָרט פֿון ליטוויש אין אוקראַיִניש, סײַדן דורך פּויליש?
בײַ די אַנדערע סלאַוון זענען פֿאַראַן אַנדערע ווערטער. דאָס טשעכישע וואָרט איז kapsa, פֿונעם לאַטײַנישן capsa ‘קעסטעלע׳ (פֿ״גל דאָס ענגלישע capsule, וואָס דאָס איז אָדער אַ פּיל אָדער אַ קליינער קאָסמאָסשיף, אָבער עטימאָלאָגיש איז עס ‘קעסטעלע’); דאָס רוסישע — karman, מסתּמא פֿון דער טורקישער משפּחה. (פֿאַראַן הונדערטער רוסישע און אוקראַיִנישע ווערטער פֿון טערקישן אָדער טורקישן אָפּשטאַם, וואָס נישט־ווייניק זענען אַרײַן אין מאַמע־לשון: arbuz, kavun, chemodan אאַז״וו.)
אַנדערע ווערטער פֿאַר “קעשענע” זענען, אַ שטייגער, דאָס ענגלישע pocket, וואָס נעמט זיך פֿון אַן עלטערער פֿאָרעם פֿונעם פֿראַנצויזישן poche — העט ווען האָט מען געזאָגט אויף ענגליש poke, וואָס pocket איז דערפֿון אַ דימינוטיוו. (דאָס וואָרט poke אַליין לעבט נאָך הײַנט בלויז אינעם אויסדרוק a pig in a poke, דאָס הייסט, ‘אַ קאַץ אין זאַק, עפּעס וואָס מע קויפֿט נישט־געזעענערהייט’.) דאָס פֿראַנצויזישע poche, ווידער, שטאַמט פֿון פֿראַנקיש, דאָס לשון פֿון די גערמאַנישע שבֿטים וואָס האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן די רוימישע ממשלה אין פֿראַנקרײַך, און וואָס פֿון זיי שטאַמט טאַקע דער נאָמען France. אַזוי אַז דאָס ענגלישע וואָרט איז אַ גערמאַנישע וואָס איז אַרײַן אין ענגליש אומדירעקט, דורך פֿראַנצויזיש. פֿאַראַן נאָך אַזעלכע ווערטער: אַ שטייגער, דאָס וואָרט “האָקיי” — אויף ענגליש hockey — דער שפּאָרט וואָס מע שפּילט על־פּי רובֿ אויפֿן אײַז. דער אָבֿ איז אַ גערמאַניש וואָרט וואָס קער זיך אָן מיטן ייִדישן “האָקן” און מיטן ענגלישן hook. איז עס געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש hoquet, ‘געבויגענער שטעקן’. איז עס אַרײַן אין ענגליש, און דער שטעקן איז געוואָרן hockey, אַ ספּאָרט וואָס מע שפּילט מיט אַ שטעקן. צום סוף איז דאָס וואָרט אַרײַן אין פֿראַנצויזיש צום צווייטן מאָל, צו באַצייכענען דעם ספּאָרט. אַזאַ ברייטע האַנט, לײַען איין מאָל און נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל…
אַגבֿ, איז טשיקאַווע צו באַמערקן, אַז אין די פֿראַנצויזישע שולן האָט מען לאַנג געקנעלט, און אפֿשר קנעלט מען ביזן הײַנטיקן טאָג, אַז דאָס פֿאָלק שטאַמט אָפּ פֿון די גאַלן, די קעלטישע אײַנוווינערס פֿון אַמאָל. אין דער אמתן איז די גאַלישע השפּעה סײַ פֿון אַנטראָפּאָלאָגישן קוקווינקל, סײַ פֿון שפּראַכיקן אַ גאַנץ שוואַכע. אַ סך אַ גרעסערע השפּעה האָבן געהאַט די רוימער, ווי אויך — דער הויפּט אין צפֿון־פֿראַנקרײַך — די פֿראַנקען.
די אַנדערע ראָמאַנישע פֿעלקער זענען נישט אייניק. אויף שפּאַניש זאָגט מען bolsillo אָדער bolsa און אויף פּאָרטוגאַליש bolso, וואָס דער אָבֿ דערפֿון איז דאָס אַמאָליקע גרעקישע bursa ‘לעדער’, וואָס פֿון דעם פֿלעגט מען מאַכן די זעקעלעך וואָס זענען מיט דער צײַט געוואָרן קעשענעס. דאָס דאָזיקע גרעקישע וואָרט איז אויך דער אָבֿ פֿון “בערזע”, טײַטש stock exchange בלע״ז. דאָס איטאַליענישע tasca קערט זיך אָן מיטן דײַטשישן Tasche, נאָר ווער ס׳האָט גענומען פֿון וועמען ווייסט מען נישט; דאָס רומענישע buzunar נעמט זיך, אַ פּנים, אויך פֿונעם אַמאָליקן גרעקיש.
וואָס שייך דעם דײַטשישן Tasche, טרעפֿט מען עס בײַ פּוילישע ייִדן (“טאַש”). בײַ אַנדערע ייִדן איז אַ טאַש אַ בײַטל, נאָר ווי מיר ווייסן שוין איז יעדע קעשענע אין תּוך אַרײַן אַ בײַטעלע.
הײַנט דאָס הײַנטיקע גרעקישע וואָרט? ס׳איז tsepi, אַ לײַוואָרט פֿון טערקישן ceb (אַרויסגערעדט /דזשעב/), פּונקט אַזוי ווי דאָס אונגערישע zseb (אַרויסגערעדט /זשעב/). דאָס הײַנטיקע גרעקיש איז פֿול מיט לײַווערטער פֿון טערקיש, איטאַליעניש, פֿראַנצויזיש, ענגליש אאַז״וו. קען מען אַ דאַנק דעם כּלל־אייראָפּעיִשן וויסנשאַפֿטלעכן ווערטער־אוצר דערקענען אַ קליינע צאָל ווערטער פֿונעם הײַנטיקן גרעקיש, אָבער דאָס איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.