„דער לעצטער סדר”

„דער לעצטער סדר‟, פֿון רעכטס: אַביגייל ראָז סאָלאָמאָן, נאַטאַלי קוהן, אַנדי לוסיען, מעליסאַ ברײַנער־סאַנדערס, עריק ט. מיליער
Richard Termine
„דער לעצטער סדר‟, פֿון רעכטס: אַביגייל ראָז סאָלאָמאָן, נאַטאַלי קוהן, אַנדי לוסיען, מעליסאַ ברײַנער־סאַנדערס, עריק ט. מיליער

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published December 21, 2012, issue of December 21, 2012.

אַזױ װי איך בין אַ ייִדישע „פֿאָרװערטס”־זשורנאַליסטקע, זוך איך אױס אין שטאָט די ייִדישע פּיעסעס װאָס מען שטעלט זײ אױף ענגליש, און פּרוביר זײ אידענטיפֿיצירן, דעשיפֿרירן און פּאַראַפֿראַזירן, ביז איך דערגײ צום ייִדישן מקור. ניו־יאָרק צײכנט זיך אױס מיט פּיעסעס אױף ייִדישע טעמעס. עס איז זיכער נישט קײן צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די טוריסטן אין שטאָט, נאָר פֿאַרן ייִדישן עולם װאָס װיל זיך דערמאָנען אין עפּעס װאָס האָט צו טאָן מיט זײער קינדהײט, זײער אַמאָליקער הײם, זײדע-באָבע, אַ ייִדישן יום־טובֿ װעלכן מען האָט אַמאָל אין זײער לעבן געפּראַװעט אין דער הײם. מיט אײן װאָרט — נאָסטאַלגיע. קום איך אײַך דערצײלן װעגן דער לעצטער פּיעסע װאָס איך האָב בײַגעװױנט, װאָס הײסט „דער לעצטער סדר,” און איך האָף, אַז זי װעט בײַ מיר זײַן טאַקע די לעצטע, װײַל אױב איך זע נאָך אַמאָל אַזאַ פֿאַרפֿאַסונג, װאָס האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּסחדיקן סדר, מיט אַ העכסט אָפּגעשטאַנענעם סוזשעט, װעל איך נעמען לאַכן מיט יאַשטשערקעס.

זעענדיק „דער לעצטער סדר” האָב איך נאָר זיך געשראָקן עס זאָל חלילה נישט זײַן אַ ייִדישע װערסיע פֿון יעזוסעס „די לעצטע װעטשערע,” װאָס לעאָנאַרדאָ דע־װינ­טשי האָט זיך קונה־שם געװען מיט זײַן מאָ­לערײַ. נו, האָט גאָט געהאָלפֿן און מען האָט מיר פֿאַרשפּאָרט דעם אײַנפֿאַל, אָבער נישט פֿאַר­שפּאָרט צו לײַדן כּמעט צװײ שעה צײַט: די יסורים פֿון אַ פֿאָרשטעלונג װאָס די דראַ­מאַטורגין דזשעניפֿער מײזעל האָט פֿאַר­פֿאַסט, און דזשעסיקאַ באַומען האָט רעזשיסירט.

אין װאָס באַשטײט די נישט־געלונגענע פּיעסע װילט איר װיסן? װעל איך אױפֿדעקן דאָס פּעשל קאָרטן. קודם און צום אַלעם ערשטן איז אין דער דראַמע נישט פֿאַראַן קײן אײן אונץ פֿון אַ ייִדישן טעם, און זיכער נישט קײן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ טראָפּן טאַלאַנט, און דאָ רעכן איך אַרײַן די דראַמאַטורגין, די רעזשיסאָרקע מיט די עלף אַקטיאָרן װאָס רײַסן זיך אַרום אײנער מיטן צװײטן װי די הענער און דאָס אַלץ אױף שמוץ־לשון. און די ייִדישע מאַמע װאָלט זיך נישט געקענט פֿאַרמעסטן מיט דער שטרענגער ייִדענע אין דער אַמאָליקער װאַרשע, װאָס האָט געהאַנדלט מיט פֿיש, װײַל אַפֿילו די שטרענגע ייִדענע האָט זיך קײן מאָל נישט געקענט פֿאַרמעסטן מיטן ניבול־פּה װאָס האָט פֿאַרהילכט דעם זאַל. ממש אַ שאַנדע און אַ חרפּה צו הערן אַזעלכע מיאוסע רײד אין אַ כּלומרשטער ייִדישער משפּחה.

גרעג מולאַוויי און קאַטרין קייטס
Richard Termine
גרעג מולאַוויי און קאַטרין קייטס

איז װאָס איז מיר געװען אַזױ דערװידער װילט איר װיסן? ערשטנס, די גאַנצע ייִדישע משפּחה איז אַזױ. דער אַלטער טאַ­טע לײַדט פֿון אַלצהײַמערס קרענק, װילדעװעט ער װי אַ באַ­נו­מענער. ער האָט אָנגעװױרן זײַן שׂכל־הישר און דערגײט אַלע­מען די יאָרן. די מאַמע האָט אַ פּיסק אױף שרױפֿן. זי האָט אַ גע­ליבטן, דעם מאַנס בעסטן פֿרײַנד. דאָס זעלבע איז פֿון די דער­װאַק­סענע טעכטער מיט זײערע אוכאַזשאָרן צו הערן.

צװישן די פֿיר טעכטער װאָס די משפּחה פֿאַרמאָגט, זײַנען אַלע פֿאַרבעטן צום פּסחדיקן סדר װאָס די מאַמע האַלט נישט בײַם צוגרײטן. אַלע קומען מיט אַ טאָג צו פֿרי און מאַכן אָן אַ גראַטשקע און אַ גערודער אין שטוב.

אײנע פֿון די טעכטער לײַדט גרױסע יסורים, װײַל זי װיל זיך נישט באַװײַזן אָן אַ חתן, װײַל זי האָט נישט קײן בחור מיט װעמען זיך צו באַװײַזן. די משפּחה מאַכט איר דעם טױט װאָס זי קען זיך נישט צופּאַסן קײן פּאָר און אַמאָל חתונה האָבן, גײט זי אין גאַס און דערזעט אַ יונגן־מאַן. שטעלט זי אים אָפּ און מאַכט, און איך פּאַראַפֿראַזיר:

„דו קענסט מיך נישט און איך קען דיך נישט, אָבער איך װיל דיך פֿאַרבעטן צום סדר װאָס מײַן משפּחה האַלט בײַם פּראַװען.”

דער בחור איז דער­שטױנט, אַ װילד פֿרעמד מײדל לאַדט אים אײַן צום סדר װען זי װײסט אַפֿי­לו נישט װער ער איז און װאָס ער איז. פֿאַרשטײט זיך, אַז ער נעמט אָן די אײַנלאַדונג, ס׳איז פֿאָרט אַן אינטריגע, און זײ לאָזן זיך אַרױס ערגעץ אונטער דער שטאָט צום משפּחה־סדר.

דערװײַל האָבן שױן אַלע שװעסטער, ברידער און אַ שװאָ­גער, ס׳איז נישט קלאָר װער זײ זײַנען, זיך פֿאַר­זאַמלט, װען די פּיסקאַטע מאַמע װערט אױס מענטש דערזעענדיק דעם אָנגעלױף פֿון די קינדער. ערשטנס, זײַנען זײ געקומען דאָ מיט אַ טאָג פֿריִער. צװײטנס, האַלט זי נישט בײַם צוגרײטן קײן סדר. דריטנס, דער אַלצהײַמער־פֿאָטער קװיטשעט װי אַ באַנו­מע­נער. דער באַלאַגאַן איז גרױס.

אײן שװעסטער שװאַנגערט און די משפּחה פֿרײט זיך. נישט װאָס זי האָט אַ מאַן אָדער אַ בחור. הײַנט קען מען אָנװענדן אַזעלכע מיטלען װאָס מען דאַרף מער נישט קײן מאַן. און אַלע פֿרײען זיך.

ס׳קומט אַן אײניקל אין דער משפּחה.

אַן אַנדער שװעסטער איז אַ לעסביאַנקע און זי איז גליק­לעך. די ייִנגסטע האָט זיך אײַנגעהאַנדלט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַ­נער בחור װעלכער קען קאָכן און װײסט װאָס עס איז אַ סדר און ער קלערט אױף די ייִדישע טעכטער די זאַך מיטן כּשרות װײַל זײ װײסן נישט מיט װאָס מ׳עסט עס, און מיצקע דרינען רע­ציטירן אַלע אױף אײן קול:

„מיר רײניקן אױס די שטוב פֿון חמץ?”

נאַ דיר האָסטו, די שרײַבערקע פֿון דער פּיעסע געדענקט דאָס װאָרט „חמץ‟.

די דעקאָראַציע באַשטײט פֿון אַ דאַך פֿון אַ הױז, און עס דינט װי אַ זיץ־, ליג־, שלאָף־, מיט אַנדערע װערטער, אױך אױס­געלאַסן אָרט. שפּעטער װערט דער דאַך פֿאַרװאַנדלט אין אַ סדר־טיש, און ס׳רעשט זיצן אַלע אױפֿן דאַך.

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן ליבע מענטשן. די אַמעריקאַנער ייִדישע חבֿרה האָבן אױף אַזױ פֿיל אָנגעװױרן פֿון זײער ייִדיש­קײט אַז זײ טראַכטן אױס אַ נישט־געשטױגן נישט־געפֿלױגע­נעם סוזשעט און מ׳פּראַװעט כּלומרש עפּעס אַ פֿאַרזעעניש פֿון אונדזער אָפּשטאַם.

שװער צוצוקוקן זיך װי מען שילדערט דעם מיטל־יאָריקן און דעם נײַעם דור אין דעם אַמעריקע. ס׳איז שױן נישט צום לאַכן ס׳איז ממש צום װײנען. איך האָב שױן דאָס דערמאָנט אין מײַ­נע פֿריִערדיקע אַרטיקלען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישקײט װערט דאָ פֿאַרקריפּלט, פֿאַרװישט, פֿאַרטשאַדעט און פֿאַרקריסטלט.

אונדזער בריליאַנטענער פּאָעט אַהרן צײטלין האָט אַמאָל גע­שלידערט דעם זון פֿון אַ פּראָסטן אַמעריקאַנער ייִדן בזה־הלשון.

(…) און אַז מ׳מאַכט שױן געלט — איז עס עפּעס װערט?

מײַן זינדל, דער תּכשיט ר׳ מײַק,

האַלט מיך „עניװײ” פֿאַר אַן אַלטן „קײַק.”

מײַן טעכטערל „גלײַכט נישט קײן ייִדישן ‘בױ’”

האָט זי זיך פֿאַרליאַפּעט אין אַן אײַרישן גױ.

האָב איך אײניקלעך שקצים און אַ גױ אַן אײדעם.

און יעקבֿ גלאַטשטײן האָט געטרויערט אױף דער דאָליע פֿון אַן אַמעריקאַנער ייִדנס דרײַ זין: דאָס ליד הײסט „מאָנאָלאָג אין דריטער פּערזאָן,” װוּ עס רעדט זיך װעגן אַ ייִדן װאָס האָט געפּרוּװט אַרײַנפּאָמפּען אין זײַנע דרײַ זינדלעך אַ שטאָך ייִדישקײט, און ס׳גײט אַזױ:

די דרײַ קינדער נעבעך —

האָבן זיך געצאַפּלט אין שטײַגעלעך.

װי אומגעדולדיקע האָזן.

אײנער אין אַ תּלמוד־תּורה,

דער צװײטער אין אַ שלום־עליכם־שול,

אַ דריטער — אין אַ גאַנצער ישיבֿה.

פֿאַר אַלעמען יוצא געװען.

… זײ זײַנען געבליבן פּאַסיװע ייִדן,

ברוך־השם, אַבי ייִדן.

(…) גלוסט זיך אים איצט לאַכן,

װאָס ער האָט אָפּגעטאָן זײַנע קינדער אױף טערקיש.

און פֿאָרט אין זײ אַרײַנגעפּאָמפּעט אַ ביסל ייִדישקײט,

זאָל זײַן אױפֿן שפּיץ מעסער.

צוריקגעשמועסט, אין יענע פֿאַרשלאָפֿענע פֿרימאָרגנס,

װען ס׳פֿערדל האָט אַלײן געלײענט די נומערן —

אױף די װיליאַמסבורג־טירן.

װאָלט מען באַדאַרפֿט צו יעדער טיר,

צושטעלן ייִדישקײט װי אַ פֿלעשל מילך.

מיר װײנען אױף דער דאָליע נישט נאָר פֿון ייִדיש, נאָר אױך פֿון ייִדישקײט, װײַל די בײדע זײַנען פֿאָרט אַ סיאַמער צװי­לינג. און אױב ייִדיש קומט אום, האָט ייִדישקײט נישט קײן קיום, װײַל אָן אַ ייִדיש־לשון האָט ייִדישקײט נישט קײן קיום.

און דאָס װאָס איך האָב געזען אױף דער בינע דאָס מאָל, האָט עס נישט נאָר געפֿעלט אַ ייִדיש־לשון, נאָר אױך ייִדיש­קײט, און אָן די צװײ עלעמענטן כאָװעט זיך דאָ אױף אַ פֿאַרגרעב­טער עולם. זײ מעגן זײַן דאָקטױרים, אַדװאָקאַטן, אינזשע­נירן און קאָמ­פּיוטער־עקספּערטן, דראַמאַטורגן, טעאַטראַלן. אַלץ אײנס, ס׳רוב פֿון זײ זײַנען פֿאַרגרעבטע ייִדן, רחמנא־לצלן.