ישׂראל באַנײַט עליה פֿון די אינדישע בני־מנשה

מײַקל פֿרוינד מיט די אימיגראַנטן פֿון דער בני־מנשה, אויפֿן אויטאָבוס אין ניו־דעלי, אינדיע, פֿאָרנדיק צום פֿליפֿעלד
Credit: Tzvi Khaute
מײַקל פֿרוינד מיט די אימיגראַנטן פֿון דער בני־מנשה, אויפֿן אויטאָבוס אין ניו־דעלי, אינדיע, פֿאָרנדיק צום פֿליפֿעלד

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 18, 2013, issue of January 11, 2013.

די וואָך האָבן צענדליקער מענטשן, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר ייִדן אָפּ­שטאַמיקע פֿונעם פֿאַרלוירענעם שבֿט מנשה, פֿאַרלאָזט זייער שטעטל אין צפֿון־מיזרח אינדיע און עולה געווען קיין ישׂראל.

די עליה איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעזאָלוציע, דורכגעפֿירט פֿון פּרע­מיער בנימין נתניהוס קאַבינעט אין אָקטאָבער, צו דערלויבן 275 מיט­גלידער פֿון דער בני־מנשה, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל במשך פֿון די קו­מענדיקע צוויי חדשים. די וואָך איז געקומען די ערשטע גרופּע פֿון 53 מענטשן.

די בני־מנשה וווינען הײַנט אין די אינדישע שטאַטן מיזאָראַם און מאַניפּוּר, און זאָגן, אַז זייערע אָבֿות האָבן זיך דאָרט באַזעצט, נאָך דעם ווי די אַשורים האָבן זיי פֿאַרטריבן, אינעם 8טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן בריטישע מי­סיאָנערן זיי געשמדט צו דער קריסט­לעכער רעליגיע, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר, האָבן זיי זיך אומ­געקערט צו ייִדישקייט.

מײַקל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון „שבֿי־ישׂראל‟ — אַ ישׂראלדיקע אָר­גאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די „פֿאַר­לוירענע‟ און „באַ­האַלטענע‟ ייִדן איבער דער וועלט — איז מיט­געפֿאָרן מיט זיי אויפֿן עראָפּלאַן, און האָט גע­זאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז די שטי­מונג איז געווען זייער אַ רירנדיקע.

„די בני־מנשה ווײַזן בטבֿע נישט אַרויס זייערע געפֿילן אין דער עפֿנט­לעכקייט,‟ האָט פֿרוינד גע­זאָגט דעם „פֿאָר­ווערטס‟. „אָבער ווען מיר האָבן געלאַנדעט אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, האָבן זיי אויס­געשאָסן אין אַ געשריי און אַפּלאָדירט. בײַם טויער האָבן זיי אויף אַ קול געמאַכט אַ שהחיינו, און געזונגען די ׳התּקווה׳. אַ צאָל פֿאַר­בײַגייער, ישׂראלים און טו­ריסטן, זענען צוגעקומען און מיט­געזונגען מיט זיי.‟

„זיי האָבן געוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן פֿאַר דעם מאָמענט; איז עס, אַוודאי, געווען זייער עמאָציאָנעל,‟ האָט געזאָגט צבֿי כאַוטע, אַ מיטגליד פֿון דער בני־מנשה, וואָס האָט עולה געווען מיט צען יאָר צוריק, און איז געקומען באַגריסן די נײַע אימיגראַנטן אויפֿן פֿליפֿעלד. „אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וואָס וווינען דאָ, זענען אויך געקומען; מענטשן, וואָס זיי האָבן נישט געזען יאָרן לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעכאַפּט און געוויינט.‟

די באַמיִונגען צו ברענגען די בני־מנשה קיין ישׂראל איז נישט געווען קיין גרינגע. צווישן 1994 און 2003 האָבן עטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געהאָלפֿן 800 מיטגלידער פֿון די בני־מנשה עולה צו זײַן — און מע האָט באַזעצט ס׳רובֿ פֿון זיי אין די שטחים. אין 2003 האָט דער ישׂראלדיקער אינערן־מיניסטער אַבֿרהם פּורז אָפּ­געשטעלט די אימי­גראַציע, טענהנדיק, אַז די קאָלאָניסטן אין די שטחים נוצן זיי אויס בלויז כּדי צו באַפֿעלקערן זייערע ייִשובֿים.

אין 2005 האָט דער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ אין ישׂראל, ר׳ שלמה אמר, נאָך אַ פּרטימדיקער אויספֿאָרשונג, אָפֿיציעל באַשטעטיקט דעם ייִדישן אָפּשטאַם פֿון די בני־מנשה, צוליב זייער איבערגעגעבנקייט צו דער ייִדי­שער אמונה. זײַן באַשלוס האָט דער­מעגלעכט די בני־מנשה עולה צו זײַן, לויט דעם ישׂראלדיקן „חוק־השבֿות‟, מיטן תּנאַי, אַז זיי וועלן זיך פֿאָרמעל מגייר זײַן, באַלד ווי זיי קומען אָן אין דער ייִדישער מדינה.

אָבער אין 2007 איז די עליה פֿון די בני־מנשה ווידער איבערגעריסן געוואָרן, נאָך דעם ווי דער געווע­זענער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט אַרײַנגענומען מאיר שיטרית אין זײַן קאַבינעט. „שיטרית איז געווען אידעאָלאָגיש קעגן דער עליה פֿון די עטיאָפּישע און אינדישע ייִדן,‟ האָט פֿרוינד געזאָגט. ווען בנימין נתניהו איז געוואָרן דער פּרעמיער, האָט פֿרוינד שווער געאַרבעט צו באַנײַען די עליה פֿון די בני־מנשה, און דעם 24סטן אָקטאָבער האָט דער קאַבינעט איינשטימיק אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו ברענגען נאָך 274 פֿון די בני־מנשה קיין ישׂראל.

איינע פֿון די אימיגראַנטקעס באַגריסט אַ קרובֿה, וואָס איז געקומען אויף אַ פֿריִערדיקער עליה, אין בן־גוריון פֿליפֿעלד
Getty Images
איינע פֿון די אימיגראַנטקעס באַגריסט אַ קרובֿה, וואָס איז געקומען אויף אַ פֿריִערדיקער עליה, אין בן־גוריון פֿליפֿעלד

הגם די ישׂראלדיקע רבנות איז געוויינטלעך זייער שטרענג וועגן די תּקנות, ווער ס׳איז אַ ייִד און ווער ס׳האָט דעריבער רעכט עולה צו זײַן, האָט דער ספֿרדישער הויפּט־רבֿ אָנגענומען די תּבֿיעה פֿון די בני־מנשה, צום גרויסן טייל, צוליב זייער שטאַרקן גלויבן אין ביאת־המשיח, האָט דערקלערט ד״ר מלך וויש­וואַ­נאַט, אַ פֿינאַנץ־פּראָפֿעסאָר אין „פּייס־אוניווערסיטעט‟, וועלכער האָט באַזוכט די קהילה אין אינדיע דעם פֿאַר­גאַנגענעם יוני.

זייער משיחיזם איז אָבער זייער אַנדערש ווי דער משיחיזם פֿון די סאַטמערער חסידים, למשל. „די סאַט­מערער האַלטן מיט דער גמרא, אַז די ייִדן טאָרן זיך בכלל נישט באַטייליקן אינעם פּאָליטישן לעבן פֿון מדינת־ישׂראל, ביז דער משיח וועט קומען,‟ האָט ווישוואַנאַט דערקלערט. „דער משיחיזם פֿון די בני־מנשה שטאַמט אָבער פֿונעם תּנ״ך, בפֿרט ווי עס שטייט בײַ יחזקאל כא־כב: „אַזוי האָט געזאָגט גאָט אונדזער פֿאָטער: איך וועל נעמען די בני־ישׂראל פֿון אַלע לענדער, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט, און וועל זיי צונויפֿזאַמלען צו זייער אייגן לאַנד, און מאַכן זיי פֿאַר איין פֿאָלק אינעם לאַנד, אויף די בערג פֿון ישׂראל, און איין קעניג וועט זיי באַהערשן.‟

מערסטע פֿון די נײַע עולים זענען קאָלעדזש־געבילדעטע יונגע פּאָר­פֿעלקער מיט קינדער, האָט כאַו­טע געזאָגט. „אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געלערנט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט אין מומבײַ אָדער אין אַן אָרטיקן קאָ­לעדזש; אַנדערע האָבן געהאַט זייער אייגן געשעפֿט, אָדער קולטיווירט רײַז, גרינסן אָדער פֿרוכטן אויף זייער אייגענער ערד.‟

כאַוטע האָט אַליין גראַדויִרט פֿון אַן אינדישן קאָלעדזש אין 1996 און געוואָרן אַן עקאָנאָמיע־לערער אין דער אָרטיקער מיטלשול. אָבער ווען ער און זײַן משפּחה האָבן עולה געווען, האָט ער זיך געלערנט תּנ״ך אין יעקבֿ הערצאָג קאָלעדזש אין גוש־עציון. אין 2005 האָט ער באַקומען אַ פּאָזיציע ווי פֿרוינדס אַסיסטענט. ער און זײַן פֿרוי וווינען מיט זייערע פֿינף קינדער אין קרית־ארבע, וווּ זיי לערנען זיך אין די פֿרומע שולן.

אַ סך פֿון די עולים פֿון די בני־מנשה שיקן אויך זייערע קינדער אין ישיבֿה, און פֿירן אַ פֿרום לעבן, אָבער זענען נישט מסכּים מיט די חרדים, וואָס מײַדן אויס דאָס דינען אין מיליטער. „99% פֿון אונדזערע בחורים שליסן זיך אָן אין צה״ל, און אונדזערע מיידלעך מאַכן דורך די נאַציאָנאַלע דינסט,‟ האָט כאַוטע געזאָגט.

„מיר זענען געווען אין גלות טויזנטער יאָרן לאַנג,‟ האָט כאַוטע צוגעגעבן. „איצט האָב איך זיך ווידער פֿאַרבונדן מיט מײַנע וואָרצלען. מײַן חלום, און דער חלום פֿון אונדזערע אָבֿות איז מקוים געוואָרן.‟