בײַם הײַנטיקן טאָג איז קאַווע אַזאַ גרויסער טייל פֿונעם מערבֿדיקן שטייגער לעבן, אַז ס׳איז שווער זיך אויסצומאָלן אַ צײַט אָן איר. פֿונדעסטוועגן מוזן מיר עס טאָן, וואָרן זי איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע ערשט אין 16טן יאָרהונדערט — פֿיל־ווינציקער אין דער זעלביקער צײַט וואָס, למשל, דער פּאָמידאָר. אָבער דער פּאָמידאָר איז דאָך אַן אַמעריקאַנער געוויקס, האָט ער נישט געקאָנט זיך באַווײַזן איידער קאָלומבוס איז דערפֿאָרן קיין אַמעריקע, בשעת קאַווע — כאָטש הײַנט וואַקסט זי איבער ברייטע שטחים אין דרום־אַמעריקע — איז אַן אָפּשטאַמיקע פֿון אַפֿריקע, פּינקטלעכער: עטיאָפּיע.
אויף וויפֿל ס׳ווייסן די פֿאָרשערס, האָט זיך באַוויזן קאַווע ווי אַ געטראַנק אין 15טן יאָרהונדערט. אין עטיאָפּיע וואַקסט ווילדע קאַווע; ערשט אין אַראַביע האָט מען זי אָנגעהויבן קולטיווירן. מע דערציילט, אַז אין עטיאָפּיע האָט מען געקײַט די „יאַגדעס‟, וואָס אין זיי געפֿינט מען די קערעלעך, אָבער דאָס זענען די אַראַבער געפֿאַלן אויף דער המצאה, אַז פֿון געבראָטענע, געמאָלענע קערעלעך קען מען מאַכן אַ געטראַנק.
פֿאַראַן מער ווי איין היפּאָטעזע פֿון וואַנען ס׳זאָל זיך נעמען דאָס וואָרט „קאַווע‟. אין דרום־מערבֿ־עטיאָפּיע איז דאָ אַ ראַיאָן מיטן נאָמען „קאַפֿאַ‟, און פֿון דאָרטן טאַקע שטאַמט דאָס געוויקס. אַזוי, אַז דער אָבֿ פֿונעם וואָרט „קאַווע” זאָל הייסן ‘געטראַנק פֿון קאַפֿאַ’. דעם שרײַבער פֿון די שורות לייגט זיך דאָס אויפֿן שׂכל, אָבער ווײַט נישט אַלע קענערס פֿון דעם ענין. בײַ די אַראַבישע לעקסיקאָגראַפֿן איז אָנגענומען, אַז דאָס וואָרט איז גיכער אַ דעריוואַט פֿון אַן אַראַבישן ווערב qaha, וואָס דער טײַטש איז, ׳נישט האָבן קיין אַפּעטיט׳, איינער פֿון די רעזולטאַטן פֿון טרינקען קאַווע. זיי מיינען אויך, אַז ביז די אַראַבער האָבן זיך דערוווּסט וועגן קאַווע איז דאָס אַראַבישע וואָרט qahwah געווען טײַטש אַ מין ווײַן, וואָס האָט אויך פֿאַרשלאָגן דעם אַפּעטיט.
פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון טרינקען קאַווע קריגט מען ענערגיע, וואָס דאָס איז אפֿשר די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס מע האָט בשעתּו געקײַט די יאַגדעלעך אירע. וויפֿל מענטשן בײַם הײַנטיקן טאָג האָבן כּוח צו דער אַרבעט, דער עיקרשט, פֿון טרינקען אַ גאַנצן טאָג קאַווע, איין טעפּל נאָך אַ צווייטן?
דאָס וואָרט qahwah רעדט מען אינעם רובֿ אַראַבישע דיאַלעקטן אַרויס אָנעם q, בלײַבט ahwah. אָבער ס’האָט צו די אייראָפּעער געמוזט אַרײַן נאָך מיטן q, וואָרן אין אַלע אייראָפּעיִשע לשונות איז ער דאָ. די הײַנטיקע טערמינען האָבן זיך, אָבער, אויסגעפֿורעמט נישט דירעקט פֿונעם אַראַבישן, נאָר דורך דער פֿאַרמיטלונג פֿון טערקיש. כאָטש די טערקן שטאַמען נישט פֿון אייראָפּע, נאָר פֿון אַזיע, האָבן זיי — אָדער נאָך פֿון דער אַלטער היים, אָדער אַ דאַנק די הונדערטער יאָרן וואָס זיי געפֿינען זיך אויף דער אייראָפּעיִשער פּעריפֿעריע — אַ צאָל עכט אייראָפּעיִשע שפּראַכיקע געוווינטשאַפֿטן. דהײַנו, דאָרטן וווּ אויף אַראַביש איז דאָ q, ווערט אויף טערקיש אַלע מאָל k. אַגבֿ, אַזוי איז אויך די מעשׂה מיט מאַמע־לשון און לשון־קודש: גאָר אַ מאָל איז קענטיק געווען אין לשון־קודש אַ q, נאָר אַז ס’איז שוין אויפֿגעקומען אַשכּנז, האָט מען שוין לאַנג אויפֿגעהערט אַרויסברענגען דעם q, ווי אויך אַנדערע טיפּיש סעמיטישע קאָנסאָנאַנטן, און זיי פֿאַרביטן מיט אייראָפּעיִשע. איז q פֿאַרביטן געוואָרן מיט סתּם k סײַ אויף טערקיש, סײַ אויף ייִדיש. אַזוי אויך w: דאָס אַראַבישע w ווערט אויף טערקיש v, דאָס אַמאָליקע לשון־קודשדיקע w איז v אויף מאַמע־לשון.
אויף טערקיש רעדט מען אַרויס דעם h, אָבער אַז דאָס טערקישע וואָרט איז דערגאַנגען צו די פֿראַנצויזן, האָבן זיי דעם h נישט דערהערט — אויף פֿראַנצייזיש רעדט מען דאָך נישט אַרויס קיין h — און אַרויסגעברענגט די קאָמבינאַציע hv ווי ס׳וואָלט געווען f. לויט די פֿראַנצייזישע לעקסיקאָנען איז דער מקור פֿון דעם וואָרט געווען נישט קיין אַנדערער ווי דער אָטאָמאַנישער אַמבאַסאַדאָר פֿונעם סולטאַן מעהמעט דעם פֿערטן צום מלך לויִ דעם פֿערצנטן אין 1671! ביז זײַן אָנקומען האָט מען אויף פֿראַנצייזיש אָנגערופֿן דעם געטראַנק cahoa, ענלעך צום אַראַבישן, נאָר אַ דאַנק אים זאָל מען האָבן איבערגעגאַנגען צום הײַנטיקן café. אויך אויף ענגליש האָט די נײַערע פֿאָרמע, איבערגענומען דורך טערקיש, אַרויסגעשטופּט עלטערע טערמינען נענטערע צום אַראַבישן. לויט די ענגלישע פֿאָרשערס, ווידער, איז דאָס וואָרט אַריבער צו די אייראָפּעער דורך איטאַליעניש (caffè), און פֿון דאָרטן האָבן עס ערשט באַקומען די פֿראַנצויזן, שפּאַניער, פּאָרטוגאַלן, דײַטשן (Kaffee), דענער, שוועדן אאַז״וו. די האָלענדער, ווידער, פֿון די גרעסטע וועלט־סוחרים פֿון יענער צײַט, האָבן אַ ביסל אַן אַנדער פֿאָרעם (koffie), און פֿון דעם נעמט זיך דאָס ענגלישע (coffee) און דאָס רוסישע (kofe). פֿאַר וואָס אין די לעצטע ווערטער איז דאָ o, נישט a איז נישט קלאָר.
דאָס ייִדישע וואָרט „קאַווע‟ נעמט זיך פֿונעם פּוילישן kawa. דאָס פּוילישע, ווי אויך דאָס טשעכישע káva, נעמען זיך קענטיק פֿונעם סערבאָקראָאַטישן kava, וואָס דאָס איז אַן אַנדער איבערפֿורעמונג פֿונעם טערקישן kahve ווי די מערבֿ־אייראָפּעיִשע (caffè, café אד״גל).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.