דעם 9טן יאַנואַר 1908, אין ניו-יאָרק, איז ניפֿטר געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדישער קולטור און שפּראַך — אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען. גאָלדפֿאַדענס צושטײַער אינעם אוצר פֿון דער ייִדישער קונסט איז נישט צו פֿאַרגלײַכן; ער איז געווען דער פֿאָטער פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן ייִדישן טעאַטער, פֿאַר וועלכן ער האָט געשאַפֿן אַ גאַנצע ביבליאָטעק פֿון פּיעסעס, וואָס אַ סך פֿון זיי ווערן באַטראַכט ווי קלאַסישע. די דראַמעס „שולמית‟, „בר-כּוכבא‟, „די מכשפֿה‟, „די צוויי קונע-לעמל‟ און אַנדערע ווערן כּסדר געשפּילט אויף די טעאַטראַלע סצענעס אַרום דער וועלט.
הײַיאָר וועט מען, האָפֿנטלעך, אָפּמערקן גאָלדפֿאַדענס 105טן יאָרצײַט מיטן אײַנשטעלן אַ מעמאָריאַלן טאָוול אויפֿן הויז, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און געלעבט, אין דער שטאָט אַלט-קאָנסטאַנטין, אוקראַיִנע. נישט געקוקט אויפֿן גרויסן היזק בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, איז זײַן הויז אָפּגעהיט געוואָרן. צוויי אַקטיוויסטן פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה, דער פּעדאַגאָג און פּאָעט שמעון רודיאַק און זײַן ווײַב, די דאָקטאָרין רות ברודנאַיאַ, האָבן געבראַכט די דאָזיקע גוטע בשׂורה.
זיי האָבן מיר איבערגעגעבן, אַז די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט גוטגעהייסן דעם פּראָיעקט. דאָס דערמאָנטע פּאָרפֿאָלק וועט עס אַליין שטיצן. נישט איין מאָל האָב איך, צוזאַמען מיט אונדזערע לאַנדסלײַט — דעם פּאָעט פּיאָטר זילבער און אַהרן קאָגאַן, אַן אַרטיסט פֿונעם טעאַטער „גאָסעט‟ — זיך געווענדט אינעם קולטור-מיניסטעריום פֿון דער אוקראַיִנישער סאָוועטישער רעפּובליק מיטן פֿאָרלייג אײַנצושטעלן אַ מעמאָריאַלן טאָוול אויף גאָלדפֿאַדענס הויז, כּדי צו פֿאַראייביקן דעם נאָמען פֿונעם גרויסן טעאַטער־טוער, דראַמאַטורג און דיכטער. סוף-כּל-סוף, פֿיל איך זיך זייער צופֿרידן, אַז דער דאָזיקער געדאַנק ווערט פֿאַרווירקלעכט.
בײַם שלוס-אָוונט נאָכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור אין ברוקלין, בין איך אויפֿגעטראָטן מיט אַ מעלדונג וועגן דעם פּלאַנירטן אָנדענק-צייכן, דערציילט וועגן מײַן טרוים צו שאַפֿן אין גאָלדפֿאַדענס הויז אַ מוזיי, און פֿאָרגעשלאָגן צו פֿאָרמירן אַן איניציאַטיוו־גרופּע, כּדי אויסצואַרבעטן דעם דאָזיקן פּראָיעקט, אין וועלכן עס האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט: דמיטרי מרגלית, דער פּרעזידענט פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן‟; באָריס סאַנדלער, אַ ייִדישער שרײַבער און דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן „פֿאָרווערטס‟; מיכאַיִל נעמיראָווסקי, דער הויפּט פֿון דער רעדאַקציע-ראַט בײַ דער צײַטונג „פֿאָרום‟; אַריה קאַגאַן, אַ זשורנאַליסט און געזעלשאַפֿטלעכער טוער; יעווגעניאַ ראָזענצוויט, די וויצע-פּרעזידענטין פֿונעם קינסטלער-פֿאַראיין; ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון אַ צאָל ניו-יאָרקער חסד-אָרגאַניזאַציעס.
די איניציאַטיוו-גרופּע האָפֿט, אַז דער מוזיי-פּראָיעקט וועט טאַקע פֿאַרווירקלעכט ווערן, אויב מער מענטשן אַרום דער וועלט, וועלכע האָבן ליב און שאַצן אָפּ אונדזער קולטור און געשיכטע, וועלן זיך באַטייליקן אינעם דאָזיקן פּראָיעקט.
אין אָנדענק פֿון אונדזער גרויסן לאַנדסמאַן, האָבן די מיטגלידער פֿון דער אַלט-קאָנסטאַנטינער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין ברוקלין אַרויפֿגעלייגט בלומען אויף גאָלדפֿאַדענס קבֿר אויפֿן וואַשינגטאָן־בית־עולם, ווי אויך אויפֿן קבֿר פֿון זײַן ווײַב פּאָלינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.