מיט אַ פּאָר חדשים צוריק איז אַרױס פֿון דרוק משה קולבאַקס ראָמאַן „זעלמעניאַנער” אין דער נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿון הילל האַלקין. דאָס איז אַװדאי אַ גוטע נײַעס פֿאַר די ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער עס איז דערבײַ אױך אַ ביסל פֿאַרדריסלעך. גוט, װאָס, סוף־כּל־סוף, האָט מען אַ פֿולע איבערזעצונג פֿון אײנעם פֿון די בעסטע ייִדישע ראָמאַנען. אָבער צום באַדױערן, איז עס דאָס לעצטע בוך אין דער סעריע „נײַע ייִדישע ביבליאָטעק”, די בשותּפֿותדיקע אונטערנעמונג פֿון דער „ייִדישער ביכער צענטראַלע” און דעם פֿאַרלאַג פֿונעם יעיל־אוניװערסיטעט אונטער דער רעדאַקציע פֿון דוד ראָסקעס.
די הקדמה און די דערקלערערישע באַמערקונגען צו דעם ראָמאַן האָט אָנגעשריבן דער יונגער פֿאָרשער פֿון רוסישער און ייִדישער קולטור סאַשע סענדעראָװיטש. ער איז אױפֿגעװאַקסן אין רוסלאַנד און שטודירט אין האַרװאַרדער אוניװערסיטעט. אָבער קולבאַקס ראָמאַן האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך אין אָקספֿאָרד, אַ דאַנק פּראָפֿעסאָר יוסף שערמאַן, ע״ה, אַ גרױסער ליבהאָבער און איבערזעצער פֿון סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור.
זײ האָבן געלײענט דעם ראָמאַן אין נתן האַלפּערס געקירצטער ענגלישער איבערזעצונג. „איך האָב ליב באַקומען דאָס בוך”, זאָגט סענדעראָװיטש, „מיר האָט זיך געדוכט, אַז איך בין ביכולת צו פֿאַרשטײן זײַן אײגנאַרטיקן סאָװעטישן הומאָר און דערקלערן אים צו יוספֿן. ער איז געװען זײער פֿאַראינטערעסירט אינעם ענין פֿון סאָװעטיש־ייִדישן הומאָר, און מיר האָבן װעגן דעם געפֿירט לאַנגע שמועסן.” אַזױ אַרום איז די סאָװעטיש־ייִדישע קלאַסיק געקומען צו דעם ייִדישן יונגערמאַן פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד דורך אַמעריקע, ענגלאַנד, און דרום־אַפֿריקע, שערמאַנס הײמלאַנד.
סענדעראָװיטש האָט זיך אומגעקערט צו דעם ראָמאַן שפּעטער, נאָך דעם װי ער האָט זיך אױסגעלערנטן ייִדיש אין ייִװאָ, האַרװאַרד און װילנע. ער האָט באַשלאָסן אַרײַנצונעמען „זעלמעניאַנער” אין זײַן דאָקטאָראַט װעגן דער צװײ־שפּראַכיקער סאָװעטיש־ייִדישער קולטור אין די 1920ער—1930ער יאָרן.
סענדעראָװיטש דערצײלט װײַטער׃ „עס איז געװען זײער שפּאַנענדיק, װײַל איך האָב ניט געפֿונען כּמעט קײן נײַע קריטישע פֿאָרשונגען װעגן דעם ראָמאַן, חוץ דער הקדמה צו דער פֿראַנצױזישער איבערזעצונג. מען האָט יאָ געשריבן װעגן קולבאַקס אַנדערע װערק, אָבער גאָרנישט װעגן ׳זעלמעניאַנער׳. און אין משך פֿון עטלעכע יאָרן האָב איך געזוכט אָפּרופֿן אױף דעם דאָזיקן ראָמאַן, געשריבן אין דער צײַט פֿון זײַן פּובליקאַציע. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דער ראָמאַן האָט גורם געװען אַ גאַנצן וויכּוח אין דער דעמאָלטיקער סאָװעטישער ייִדישער פּרעסע. איך בין געפֿאָרן קײן מינסק, געלײענט די צײַטונגען פֿון יענער צײַט, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן דעם אַרומיקן קאָנטעקסט. אין תּל־אָבֿיבֿ האָב איך זיך באַקענט מיט קולבאַקס טאָכטער ראַיע, און שפּעטער האָב איך איר געװידמעט מײַן הקדמה צו דער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן.
„דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע פֿונעם פֿאָרשערישן שטאַנדפּונקט איז פֿאַר מיר דאָס, װאָס דער ראָמאַן איז געדרוקט געװאָרן אין המשכים. װען מען באַטראַכט זײַן פּובליקאַציע־געשיכטע אינעם מינסקער זשורנאַל ׳דער שטערן׳ צװישן די יאָרן 1929 און 1935, זעט מען, װי שטאַרק עס האָט זיך געענדערט די סאָװעטישע קולטור אין משך פֿון אָט דער צײַט. עס איז זײער שפּאַנענדיק צו לײענען דעם טעקס אינעם קאָנטעקס פֿון יענער תּקופֿה. און דערצו נאָך איז דער ראָמאַן פֿול מיט הומאָר!”
סענדעראָװיטשס פֿאָרשערישער מעטאָד ברענגט צונױף ליטעראַטור און געשיכטע. ער באַהאַנדלט די ליטעראַרישע שאַפֿונג װי אַ טײל פֿון דער ברײטער קולטורעלער און פּאָליטישער אַנטװיקלונג אין דער גאַנצער תּקופֿה. אַזױ אַרום געפֿינט מען אין דער ליטעראַטור אַ סך אָפּקלאַנגען און אָפּשפּיגלונגען פֿון כּלערלײ אַספּעקטן פֿון דער היסטאָרישער װירקלעכקײט. און דער ראָמאַן „זעלמעניאַנער” פֿאַרמאָגט זײער אַ רײַכן מאַטעריאַל פֿאַר אַזאַ מין מעטאָד. אין דער שפּראַך פֿונעם ראָמאַן לאָזן זיך דערקענען שפּורן פֿון קולבאַקס אַרבעט װי אַ סטיל–רעדאַקטאָר אין דער ייִדישער סעקציע פֿון דער װײַסרוסישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע.
סענדעראָװיטש שרײַבט אין זײַן הקדמה׃ „דער פּאָליטישער קלימאַט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געענדערט זײער רעשיק, און די דאָזיקע בײַטן האָט מען בולט געזען אױף די זײַטן פֿונעם מינסקער ׳שטערן׳. דער אָנהײב פֿונעם ראָמאַן איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אַ חודש נאָך דעם, װי סטאַלין האָט דערקלערט דאָס יאָר 1929 װי ׳דאָס יאָר פֿונעם גרױסן איבערבראָך׳. דאָס איז געװען דאָס צװײטע יאָר פֿונעם נײַעם פֿינף־יאָריקן פּלאַן, װען די גאַנצע סאָװעטישע װירטשאַפֿט איז אַריבער אױף דער פּלאַן־סיסטעם.”
דער אַנאָנס װעגן קולבאַקס ראָמאַן האָט זיך באַװיזן לעבן דער זײַט מיט סטאַלינס פּאָרטרעט. דאָס איז געװען אַ סימן, אַז מען דאַרף אים לײענען װי אַן אָפּרוף אױף די ריזיקע סאָציאַלע און פּאָליטישע בײַטן. די הױפּט־טעמע פֿונעם ראָמאַן איז אַ פּועל־יוצא פֿון יענע בײַטן פֿאַר אַ פּשוטער ייִדישער משפּחה. קולבאַק אַנטפּלעקט די בולטע קאָנטראַסטן און סתּירות צװישן דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער מליצה און דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער, װאָס בלײַבט נאָך לעבעדיק אין מינסק אױפֿן שװעל פֿון די 1930ער יאָרן.
סענדעראָװיטש האָט בדעה איבערצואַרבעטן זײַן דאָקטאָראַט אין אַ בוך װעגן דעם ענין פֿון ייִדישער מאָבילקײט אין דער סאָװעטישער קולטור אױף ייִדיש און אױף רוסיש. אַ באַזונדערער קאַפּיטל װעט זײַן געװידמעט ׳זעלמעניאַנער׳. עס גײט דאָ אַ רייד װעגן ליטעראַרישע פֿיגורן, װאָס האַלטן זיך כּסדר אױפֿן װעג, פֿאָרן אַרום איבער די ברײטע שטחים פֿון סאָװעטן־לאַנד, און צומאָל כאַפּן זיך אַרײַן אין אויסלאַנד. דער נײַער סאָװעטישער העלד װערט אַזױ אַרום אַ גילגול פֿון דער אַלטער געשטאַלט פֿונעם „אײביקן ייִד”, װאָס זוכט און קאָן ניט געפֿינען זײַן אָרט אין דער נײַער װעלט.
װאָס שײַך דער ענגלישער אױסגאַבע פֿון „זעלמעניאַנער”, טאָ לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס בוך װעט צוציִען נײַע לײענער צו דער ייִדישער ליטעראַטור און עפֿענען די װעלט פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור פֿאַרן נײַעם דור סטודענטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.