פּאַפּיראָסן

דאָס פּאַפּיראָסן־פּעקל „בעלאָמאָר־קאַנאַל” און די קאַטאָרזשנע אַרבעט אויף דעם „בעלאָמאָר־קאַנאַל”
דאָס פּאַפּיראָסן־פּעקל „בעלאָמאָר־קאַנאַל” און די קאַטאָרזשנע אַרבעט אויף דעם „בעלאָמאָר־קאַנאַל”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published January 31, 2013, issue of February 15, 2013.

אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט ווערן זעכצן יאָר זינט דעם ליכטיקן טאָג, ווען איך האָב אויפֿגעהערט צו רייכערן. אמת, בײַם אָנהייב האָט דער דאָזיקער טאָג ניט אויסגעזען ווי זייער אַ ליכטיקער, ווײַל ס׳איז געווען שווער, אַפֿילו זייער שווער — די גאַנצע צײַט האָט זיך געוואָלט אַרײַנצושטעקן אין מויל אַ סיגאַרעט. אָבער עס האָט זיך מיר דעמאָלט אײַנגעגעבן דאָס צו טאָן. איך דערמאָן מײַן העלדישקייט אַקעגן דעם, וואָס כ׳בין אין גאַנצן אָפּגעריסן געוואָרן פֿון דער רייכערנדיקער קולטור און ווייס ניט, צי מע פֿאַרקויפֿט נאָך אַלץ די פּאַפּיראָסן פֿון דער מאַרקע „בעלאָמאָר-קאַנאַל”.

קודם-כּל, דאַרף מען דערקלערן דעם אונ­טערשייד צווישן אַ סיגאַרעט און אַ פּאַפּי­ראָס. בעת אַ סיגאַרעט באַשטייט אין גאַנצן פֿון געשניטענעם טאַבעק, איז אַ פּאַפּיראָס בערך אויף צוויי דריטל פּוסט, די סעקציע מיט טאַבעק איז גאַנץ קליין. מחוץ רוסלאַנד, זײַ­נען די פּאַפּיראָסן געווען (און אפֿשר בלײַבן נאָך אַלץ) פֿאַרשפּרייט אין טערקײַ. אַזוי אַז ווען מע זינגט „קופּיטיע קויפֿט זשע, קויפֿט זשע פּאַפּיראָסן, טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַר­גאָסן”, מיינט מען אַ זאַך, וואָס עקזיסטירט ניט אין אַמעריקע.

דאָס האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען מײַן ווײַבס פֿעטער דוד, ווען ער איז סוף יאָר 1989 אָנ­געקומען קיין ניו-יאָרק און זיך באַזעצט אויף ברײַטאָן-ביטש. מע דאַרף זאָגן, אַז דער פֿע­טער דוד, אַ פּענסיאָנירטער אָפֿיציר — פּאָלקאָווניק — פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, האָט געריי­כערט אַ סך, און ליב האָט ער געהאַט דווקא די פּאַפּיראָסן „בעלאָמאָר-קאַנאַל”. דערצו האָט ער געהאַלטן ניט פֿון אַבי וועלכן „בעלאָ­מאָר-קאַנאַל” — נאָר בלויז פֿון דער פּראָדוק­ציע פֿון דער לעגינגראַדער פֿאַבריק, וועלכע איז אָנ­גערופֿן געוואָרן נאָך משה אוריצקין, דעם ערשטן פֿאָרזיצער פֿון דער שטאָטישער „טשע-קאַ” — דער סאָוועטישער געהיים־פּאָלי­ציי. אין די סאָוועטישע צײַטן האָט מען אוריק­ציס נאָ­מען צוגעטשעפּעט צו אַלץ, וואָס מע האָט נאָך ניט באַוויזן אָנצורופֿן מיט די נעמען פֿון לענין, מאַרקס און ראָזע לוקסעמבורג.

איך געדענק שוין ניט, ווי אַזוי מיר האָבן מיט אים (איך מיין דודן, ניט אוריקצין — דעם לעצטן האָט מען דערשאָסן נאָך אין 1918) אונטערגעהאַלטן אַ קאָנטאַקט. דער טעלעפֿאָן איז געווען אַ טײַערע זאַך; אָבער ער האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, אַז איך גרייט זיך צו אַ נסיעה פֿון מאָסקווע קיין ניו-יאָרק אין מײַ 1990. די אײַנלאַדונג האָב איך באַקומען פֿון „אַרבעטער-רינג” און „פֿאָרווערטס”. האָבן איך בײַ דודן געפֿרעגט, צי ער וויל איך זאָל עפּעס ברענגען פֿון רוסלאַנד. און דער ענטפֿער איז געווען אַזאַ: „דאָ איז אַ סך בעסער ווי אין לע­נינגראַד. מיר האָבן אַלץ, אַחוץ די פּאַפּיראָסן”.

אַליין האָב איך דעם „בעלאָמאָר-קאַנאַל” ניט גערייכערט, סײַדן צו מאָל, ווען קיין סי­גאַ­רעטן זײַנען ניט געווען. דערצו האָט מען אין מאָסקווע פֿאַרקויפֿט נאָר מאָסקווער „בע­לאָמאָר-קאַנאַל”. האָב איך געבעטן עמעצן, וואָס איז געפֿאָרן קיין לענינגראַד, צו קויפֿן די „ריכטיקע” פּאַפּיראָסן. נאָך מער: מיר האָט זיך אײַנגעגעבן צו ברענגען קיין ניו-יאָרק אַ גרע­סערע צאָל פּאַפּיראָסן איידער ס׳איז געווען דערלויבט לויט די תּקנות פֿון דעם סאָווע­טישן צאָל, דער טאַמאָזשניע, ווײַל דע­מאָלט, צום ערשטן און לעצטן מאָל, בין איך גע­פֿאָרן ווי אַ מיטאַרבעטער פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, און אויף דער גרענעץ האָט מען אויף מיר געקוקט אַנדערש, ווי אויף געוויינט­לע­כע לײַט.

די פּאַפּירן פֿאַר דער רײַזע האָט מען מיר אויסגעפֿאַרטיקט אין דער אויסלענדישער קאָ­מיסיע פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. דעם דאָ­זיקן בנין (באַשריבן אין לעוו טאָלסטויס „מלחמה און שלום”) איז הײַנטיקע טעג ניט צו דער­קענען. אַנשטאָט דער אויסלענדישער קאָמי­סיע געפֿינט זיך דאָרטן אַ רעסטאָראַן, וווּ עס האָט געהאַלטן זײַן שטאַב די צענטראַלע פֿיגור פֿון דער רוסישער מאַפֿיע אַסלאַן אוסאָיאַן, בע­סער באַקאַנט ווי „דער זיידע כאַסאַן”. און ניט לאַנג צוריק האָט אים אַ שאַרפֿצילער דער­שאָסן, טאַקע ווען דער קרימינעלער „יאַ-טע­בע-דאַם‟ איז אַרויס פֿונעם רעסטאָראַן. אָט אַזאַ כּמו-האָליוווּ­די­שע מעשׂה האָט זיך אָפּ­געשפּילט אין דעם הויז, וווּ עס בלאָנד­זשען שאָטנס פֿון דער אַמאָ­ליקער ליטעראַרי­שער וועלט.

אָבער דאָס זײַנען הײַנ­טיקע געשעפֿטן. דע­מאָלט בין איך גע­קו­מען קיין ניו-יאָרק, צום ערשטן מאָל, און גע­ווען ווי אַ גאַסט בײַ אַ גרויסן צונויפֿקומעניש, וואָס האָט באַ­שלאָסן אַרויס­צו­געבן דעם ענגלישן „פֿאָר­ווערטס”. אויף וויפֿל איך געדענק עס, איז דער עולם גע­ווען ניט שטאַרק ענטוזיאַסטיש מכּוח דעם פּלאַן. אָבער די אַרגומענטן זײַנען געווען אײַזערנע: די ענגלישע צײַטונג וועט אין אַ צײַט אַרום ווערן אַ טעגלעכע און זי וועט פֿינאַנציעל אויס­האַלטן די ייִדישע צײַטונג. אָט אַזאַ סטראַטע­גיע האָט מען אין יענע טעג אויסגעאַרבעט. קיי­נער האָט דעמאָלט ניט גע­קענט זיך פֿאָר­שטעלן, אַז ביידע צײַטונגען וועלן קענען אַמאָל ווערן טעגלעכע — אַ דאַנק דער אינטערנעץ.

בינו-לבינו, האָב איך זיך אַרײַנגע­כאַפּט צום פֿעטער דוד און מיט אַ גדולה אַרויס­גע­נומען פֿון מײַן וואַליזקע די פּאַפּיראָסן „בע­לאָ­מאָר-קאַנאַל”. איך האָב געמיינט, אַז ער וועט זיך לאָזן טאַנצן. אָבער ער איז פֿאַר­בליבן זיצן און האָט מיר געזאָגט: „אַ דאַנק! איך וועל זיי, פֿאַרשטייט זיך, אויסרייכערן. אָבער דער­ווײַל האָב איך זיך שוין צוגעוווינט צו די היגע אַמעריקאַנער סיגאַרעטן. זיי געפֿעלן מיר מער.”