מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ראַבײַ לענס סאָסמאַן, דער גײַסטיקער פֿירער פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל „כּנסת־ישׂראל”, לעבן פֿילאַדעלפֿיע, באַקומען די מוראדיקע נײַעס, אַז ער וועט מיט דער צײַט מסתּמא בלינד ווערן. אַ דאַנק כירורגיע, אַ ריי אויגן־לאַטעס און אַנדערע הייל־מיטלען, האָט ער מיט דער צײַט אין גאַנצן צוריקבאַקומען די ראיה, אָבער די איבערלעבונג האָט אים בולט אָנגעוויזן וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע עס שפּילט דער וויזועלער אַספּעקט פֿון לעבן.
„מיר לעבן אין אַ תּקופֿה פֿון אימאַזשן,” האָט סאָסמאַן באַמערקט, צי ס׳רעדט זיך פֿון דער אינטערנעץ, פֿילמען אָדער טעלעוויזיע. „האָב איך געקלערט: פּונקט אַזוי ווי די פּרעכטיק־אילוסטרירטע הגדות און די פֿענצטער־מאָלערײַען אין די סינאַגאָגעס האָבן יאָרן לאַנג גײַסטיק אינספּירירט די ייִדן, וואָלט נישט די נײַע טעכנאָלאָגיע אויך געקאָנט דערנענטערן אונדזערע מתפּללים צו די תּפֿילות דורך פֿאַרכאַפּנדיקע אימאַזשן?”
נאָכן אויספּרוּוון עס עטלעכע מאָל, האָט ער דערזען, אַז יאָ. הײַנט — צום ווייניקסטן, דרײַ מאָל אַ חודש — דאַוונט מען קבלת־שבת אין „כּנסת־ישׂראל” ניצנדיק PowerPoint — אַן עלעקטראָנישער נוסח פֿון די אַמאָליקע ליכטבילדער. אַנשטאָט אַרײַנצוקוקן אין סידור, לייענט דער עולם די תּפֿילות אויף אַ גרויסן עקראַן, באַגלייט מיט בילדער, וואָס פּאַסן זיך צו צום אינהאַלט פֿון די תּפֿילות. בײַ דער תּפֿילה „ברכו”, למשל, זעט מען ווי אַ קינד בלאָזט שופֿר.
„די גמרא לערנט אונדז, אַז ווען מע בויט אַ סוכּה, זאָל מען עס מאַכן אַזוי שיין ווי מעגלעך,” האָט סאָסמאַן באַמערקט. „לויט מײַן מיינונג איז דאָס וויזועלע דאַווענען אויך אַ הידור־מיצווה, ווײַל קונסט איז אַ מיטל צו לויבן דעם בריאת־העולם.”
ראַבינער דניאל מעדווין, אַ טעכנאָלאָגיע־עקספּערט, וועלכער אַרבעט פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע פֿון רעפֿאָרם־ראַבינער, CCAR, פֿאַרשטייט גוט די אויסערגעוויינטלעכע מעגלעכקייטן פֿון וויזועלע תּפֿילות, און האָט אַפֿילו געשריבן זײַן ראַבינער־טעזע וועגן דעם אין 2010. זינט דעמאָלט האָט ער שוין צונויפֿגעשטעלט הונדערטער וויזועלע תּפֿילות, וואָס ער ווײַזט אויף פֿאַרשידענע קאָנפֿערענצן פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג, בפֿרט צו פּרינציפּאַלן פֿון די זונטיקשולן, דירעקטאָרן פֿון זומער־לאַגערן, יוגנט־קלוב־מדריכים און טאָגשול־ראַבינער.
„אַ סך פֿון זיי זאָגן מיר, אַז זיי האָבן שוין אַליין עקספּערימענטירט מיט דעם פֿאָרמאַט, אָבער ס׳איז זיי נישט געלונגען; אָדער אַז זיי ווילן עס טאָן, נאָר האָבן נישט קיין צײַט עס צונויפֿצושטעלן,” האָט מעדווין געזאָגט. די וואָס באַשטעלן די וויזועלע תּפֿילות בײַ דער CCAR, האָבן אַ ברירה צווישן אַ פֿעסטן נוסח, וואָס מע קאָן נישט ענדערן, אָדער אַ פֿרײַען נוסח, וואָס זיי קאָנען ענדערן ווי זיי ווילן. דער פֿרײַער נוסח קאָסט מער.
„שומרי־תּורה‟, אַ רעפֿאָרם־שיל אין סאַנטאַ־ראָזע, קאַליפֿאָרניע, איז איינע פֿון די סינאַגאָגעס, וואָס ניצן די וויזועלע תּפֿילות פֿון דער CCAR, און די ראַבינערטע, סטעפֿאַני קריימער, זאָגט, אַז ס׳האָט געהאַט אַ גרויסע הצלחה. „ס׳איז זייער אַ גוטער פּעדאַגאָגישער מיטל פֿאַר קינדער, וואָס לערנען זיך העברעיִש, בפֿרט ווען מיר ווילן, אַז זיי זאָלן זיך באַטייליקן אינעם דאַווענען,‟ האָט קריימער געזאָגט. ווי בײַ ס׳רובֿ שילן, ווײַזט מען דעם טעקסט מיט איבערזעצונג און בילדער אויף גרויסע עקראַנען, וואָס הענגען בײַ ביידע זײַטן פֿונעם אָרון־קודש.
אַנדערע סינאַגאָגעס מאַכן זייערע אייגענע וויזועלע תּפֿילות. „טעמפּל עמנואל”, אַ סינאַגאָגע פֿון 800 מיטגלידער אין בעווערלי־הילס, קאַליפֿאָרניע, פֿירט שוין כּמעט זעקס יאָר לאַנג אַ חודשלעך קבלת־שבת אָן סידורים. בעת דער תּפֿילה־סעסיע, וואָס מע רופֿט „שבת ביחד” (שבת אין איינעם), שפּילט אַ גרופּע אָרטיקע מוזיקער אויס די מעלאָדיעס מיט זייערע אינסטרומענטן, און דער עולם, לייענענדיק פֿונעם עקראַן, זינגט און טאַנצט מיט צו דער מוזיק.
ראַבינער יונתן אַהרן, וועלכער שטעלט צונויף די וויזועלע תּפֿילות פֿאַר „טעמפּל עמנואל‟, זאָגט, אַז די מתפּללים זעען אויס אַ סך מער פֿאַראינטערעסירט אינעם דאַווענען ווען זיי האַלטן נישט קיין סידור אין דער האַנט. „זיי קוקן אַרויף אַ סך מער, און דאָס שאַפֿט אַן אמת געפֿיל פֿון קהילהשאַפֿט,” האָט אַהרן באַמערקט.
אָבער בײַ געוויסע מתפּללים איז נישט געווען גרינג אָפּצולאָזן דעם סידור, האָט באַמערקט דער חזן פֿון „טעמפּל עמנואל”, יונה קליגער. „ווען מיר האָבן ערשט אָנגעהויבן די סעסיעס פֿון ׳שבת ביחד׳, האָבן מיר באַשלאָסן צו באַהאַלטן די סידורים, און געוויסע מיטגלידער זענען טאַקע געגאַנגען זיי זוכן,” האָט קליגער געזאָגט. „אָבער מיר האָבן אַליין געזען, אַז ווען די תּפֿילות געפֿינען זיך אויפֿן עקראַן, דערלויבט עס אונדזערע מיטגלידער מיטצופֿילן דעם טעקסט און מוזיק פֿון די תּפֿילות אויף אַן אופֿן, וואָס איז פּשוט נישט מעגלעך מיט די סידורים.”
אַ וויזועלע תּפֿילה לכּבֿוד סוכּות
„וווּדלאַנדס קאָמיוניטי טעמפּל‟, אַ רעפֿאָרם־סינאַגאָגע אין ווײַט־פּליינס, נ״י, פֿירט דורך אַן ענלעכע קבלת־שבת־פּראָגראַם יעדע 6 אָדער 8 וואָכן. אין דער פּראָגראַם, A Joyful Noise (אַ פֿריילעכער טומל), שפּילט אַ קאַפּעליע אויס די תּפֿילות, בעת דער טעקסט ווערט פּראָיעקטירט אויף עטלעכע עקראַנען לעבן דער בימה. ראַבינער בילי דרעסקין פֿאַרשטייט אָבער, אַז געוויסע מתפּללים ווילן ווײַטער ניצן אַ סידור, פּרוּווט ער זיי אויך צו ליב טאָן. „אונטן רעכטס אויפֿן עקראַן שטייט תּמיד, אויף וועלכער זײַט די תּפֿילה געפֿינט זיך,‟ האָט דרעסקין דערקלערט.
לכתּחילה האָבן די ראַבינער געמיינט, אַז די עלטערע לײַט וועלן זיך בונטעווען קעגן די וויזועלע תּפֿילות, אָבער פֿאַרקערט — ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן עס געלויבט. „אַ סך עלטערע מתפּללים זאָגן, אַז די גרויסע, ליכטיקע אותיות אויפֿן עקראַן זענען גרינגער צו לייענען ווי אין סידור, און אַז זיי האָבן ליב די שיינע בילדער אין הינטערגרונט,” האָט מעדווין געזאָגט. אַנדערע זאָגן, אַז ס׳איז זיי גרינגער ווען זיי דאַרפֿן נישט האַלטן קיין סידור אין דער האַנט.
„ס׳איז אַ מחיה ווען די הענט זענען פֿרײַ, ווײַל דעמאָלט קענסטו מיטפּליעסקען; משפּחה און פֿרײַנד קאָנען זיך האַלטן בײַ די הענט, און אַ קינד קען אײַנשלאָפֿן בײַ דיר אויפֿן שויס,‟ האָט דרעסקין באַמערקט.
„אפֿשר זעט טאַקע אויס מאָדנע, וואָס ׳דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך׳ זאָל פּטור ווערן פֿונעם בוך, פֿונעם סידור, בײַם דאַווענען,‟ האָט דרעסקין צוגעגעבן. „אָבער דער אמת איז, מיר זענען נישט פּטור געוואָרן פֿונעם סידור; מיר האָבן עס פּשוט אַרויפֿגעשטעלט אויפֿן עקראַן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.