אין ביראָבידזשאַן גרייט מען זיך צו פֿײַערן דעם הונדערט-יאָריקן יוביליי פֿון דעם שרײַבער עמנואל קאַזאַקעוויטש (1913—1962), וועמענס געבוירנטאָג וועט זײַן דעם 24סטן פֿעברואַר. אין די 1930ער יאָרן, האָט קאַזאַקעוויטש אין משך פֿון בערך זיבן יאָר געוווינט אין ביראָבידזשאַן; געאַרבעט דאָרטן אויף פֿאַרשיידענע שטעלעס און איז געוואָרן דער ערשטער ייִדישער דיכטער, וואָס האָט באַזונגען — ניט פֿון דער ווײַטנס נאָר „פֿון אינעווייניק” — די שיינע ווײַט-מיזרחדיקע סאָוועטיש-ייִדישע אוטאָפּיע, פֿון וועלכער ס׳איז אין דער רעאַלקייט לסוף אַרויס אַ נעבעכל. דעם הײַנטיקן עולם איז קאַזאַקעוויטש באַקאַנט (אויב ער איז באַקאַנט בכלל), דער עיקר, ווי אַ סאָוועטיש-רוסישער מחבר פֿון פּראָזאַיִשע ווערק, וואָס זײַנען זייער ווײַט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישע פּראָבלעמען.
דער ביראָבידזשאַנער גובערנאַטאָר, אַלעקסאַנדר וויניקאָוו, וויל דעם קאַזאַקעוויטש-יובֿל אָפּמערקן זייער ברייט: מיט כּלערליי קולטור-אונטערנעמונגען, פּובליקאַציעס, אינטערנעץ-פּאָרטאַלן. מע רעדט אַפֿילו וועגן שטעלן דעם שרײַבער אַ דענקמאָל; אפֿשר אין אַ יאָר אַרום, ווען מע וועט אָפּמערקן 80 יאָר זינט דער וויכטיקער געשעעניש — דעם 7טן מײַ 1934 האָט די סאָוועטישע רעגירונג באַשלאָסן צו העכערן דעם סטאַטוס פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער טעריטאָריע. פֿון דעמאָלט אָן עקזיסטירט זי, ביזן הײַנטיקן טאָג, אויף דער מאַפּע ווי די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט.
די גאַנצע מעשׂה אַרום ביראָבידזשאַן דערמאָנט הײַנט-צו-טאָג עפּעס אַ שאָו. עס ווילט זיך פֿרעגן: „ווער דאַרף האָבן די דאָזיקע אימיטאַציע פֿון ייִדישן לעבן?” נו, גוט, איז געווען אַ מאָל אַזאַ זאַך — די ביראָבידזשאַנער קאַמפּאַניע, וואָס האָט דירעקט באַרירט אַ נישטיקע צאָל סאָוועטישע ייִדן. דער גאַנצער קאַמפּאַניע איז, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, ניט באַשערט געווען צו ברענגען אויף דער וועלט אַ באמת ייִדישע געגנט. דאָס ייִדישע לעבן איז געווען ניט ווייניקער רײַך ערגעץ אין בערדיטשעוו, צי צענדליקער אַנדערע ערטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער דער עפּיטעט „ייִדישע” איז פֿאַרבליבן אין ביראָבידזשאַן, וווּ דער ייִדישער קולטור-שיכט איז זייער אַ שיטערער און אַ ייִד דאַרף מען זוכן מיט ליכט.
ווען מע באַטראַכט די מאַטעריאַלן וועגן דער ייִדישער טעטיקייט אינעם הײַנטיקן ביראָבידזשאַן (און די אינטערנעץ איז פֿול מיט אַזעלכע זאַכן), זעט עס אַלץ אויס ווי אַ פּורים-שפּיל. למשל, עס גייט דאָרטן אַרויס די צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן”, וווּ אַן אָפּטייל אויף ייִדיש פֿירט אַ רוסישע פֿרוי. די רעדאַקטאָרין פֿאַרדינט, בלי-ספֿק, מע זאָל זי לויבן און רימען. אָבער ווער זײַנען די לייענער פֿון אָט דער צײַטונג? אָדער אַנדערש: האָט די דאָזיקע צײַטונג בכלל לייענער? דאַרף די דאָזיקע דערשײַנונג פֿרייען אונדז? עס וואָלט געווען טשיקאַווע צו הערן, וואָס מע מיינט — ערנסט! — וועגן דעם אין „ביראָבידזשאַנער שטערן”.
עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז עמעצן (דער היגער, בדרך-כּלל ניט קיין ייִדישער, ביוראָקראַטיע?) לוינט אונטערצוהאַלטן די „ייִדישקייט” פֿון ביראָבידזשאַן. אַנדערש וועט די געגנט, חס-וחלילה, פֿאַרלירן איר חן און מע וועט זי אַרײַנגיסן אין אַןֹאַנדער געגנט. אַזוי וועלן זיי, די פּני פֿון ביראָבידזשאַן, פֿאַרלירן זייער סטאַטוס און די מעגלעכקייט צו באַלעבאַטעווען מער אָדער ווייניקער אומאָפּהענגיק. ווי אַ ייִדישע געגנט, האָט עס אַ געוויסע מעגלעכקייט, ווי אַן אינדיאַנישע רעזערוואַציע אין אַמעריקע — פֿאָרט אַ „נאַציאָנאַלע” טעריטאָריע. מאַכט מען, בינו-לבינו, אויך אַ קולטור-שאָו אַרום דער גאַנצער זאַך. און קאַזאַקעוויטש קען, פֿאַרשטייט זיך, שפּילן אַ ראָלע אין דעם דאָזיקן טעאַטער-שטיק.
צוריקגערעדט, בלײַבט אַ האָפֿענונג, אַז פֿון דעם גאַנצן קאַזאַקעוויטש-פּאַראַד וועט אפֿשר אַרויסקומען כאָטש עפּעס, וואָס האָט אַ ווערט. עמנואל קאַזאַקעוויטש איז געווען אַן אינטערעסאַנטע פֿיגור. מע טאָר ניט מאַכן פֿון אים — אַן איבערגעגעבענעם, אַפֿילו אַ פֿאַנאַטישן קאָמוניסט — אַ דיסידענט. דאָס זעט מען גלײַך ווען מען לייענט ניט נאָר זײַנע ווערק, נאָר אויך זײַנע טאָגביכער. אין אַ גרויסער מאָס איז ער געווען אַ מענטש פֿון דעם זעלבן שניט, ווי — אַ שטייגער — דער שרײַבער אַנאַטאָלי ריבאַקאָוו, דער מחבר פֿון „שווערן זאַמד” —דעם אויסגעשפּראָכן סאָוועטישן ראָמאַן וועגן חורבן. זיי געהערן צו דעם דור, וואָס האָט געוויזן העלדישקייט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה און האָט קאָמבינירט, יעדער אויף זײַן אופֿן, אין זייער באַוווּסטזײַן ייִדישקייט מיט סאָוועטישקייט.
פֿאַר אַ פֿאָרשער פֿון ליטעראַטור אָדער געשיכטע איז קאַזאַקעוויטש בלי-ספֿק אַ וויכטיקע פֿיגור, ווײַל אויב עמעצן וועט זיך, סוף-כּל-סוף, אײַנגעבן צו באַשרײַבן אים ערנסט און טיף, טאָ פֿון אַזאַ אַנאַליטישער באַשרײַבונג קען אַרויסקומען אַ ממשותדיקע אַרבעט וועגן אַ טיפּישן סאָוועטיש-ייִדישן אינטעלעקטואַל. אַזאַ אַרבעט וואָלט געהאָלפֿן צו אַנטפּלעקן דעם „סוד” פֿון דער ביז גאָר אייגנאַרטיקער מענטאַלקייט, וועלכע האָט זיך פֿאָרמירט אין דער סאָוועטישער תּקופֿה.
צום באַדויערן, גלייבט זיך ווייניק, אַז אַזאַ פּראָדוקציע וועט אַרויסגיין פֿון דעם גאַנצן טאַראַראַם. אַ דענקמאָל — דאָס יאָ. דאָס איז דאָך עפּעס, וואָס מע קען אַ טאַפּ טאָן און שאַפֿט פֿאַר די באַלעבאַטים פֿון דער געגנט די געלעגנהייט צו קומען, איבערצושנײַדן אַ רויטע סטענגע, רעדן אין דער וועלט אַרײַן. אויף אָט אַזעלכע אינסטאַלאַציעס וועט זיך, אַ פּנים, האַלטן ווײַטער די „ייִדישקייט” פֿון דער כּמו-ייִדישער געגנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.