פּראָפֿ׳ חוה טורניאַנסקי, אַן אָנפֿירנדיקע פֿאָרשערין פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור, איז צוגעטיילט געוואָרן דער „פּרס-ישׂראל‟ — דער ישׂראל־פּריז — פֿאַרן יאָר 2013. דער „ישׂראל־פּרײַז‟ איז די העכסטע אָנערקענונג פֿון דער מלוכה. יום־העצמאות וועט פֿאָרקומען אַ ספּעציעלע צערעמאָניע, אין וועלכער עס וועלן זיך באַטייליקן דער פּרעזידענט פֿון לאַנד, דער פּרעמיער, דער ספּיקער פֿון דער כּנסת און דער פּרעזידענט פֿונעם העכסטן געריכט. אין 1953 האָט מען לאַנצירט דעם „ישׂראל־פּריז‟ און פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי וועט זײַן דער 272סטער פּראָפֿעסאָר אָדער גראַדואַנט פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אים צו געווינען.
חוה טורניאַנסקי איז געבוירן געוואָרן ווי חוה פּונסקי אין מעקסיקע. זי האָט גראַדויִרט פֿון דער „ייִדישער שול‟ און עולה געווען קיין ישׂראל אין 1957, וווּ זי האָט חתונה געהאַט און אויפֿגעהאָדעוועט דרײַ זין. אין „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ האָט זי שטודירט געשיכטע און די ייִדישע ליטעראַטור און פֿאַרדינט איר מאַגיסטער־דיפּלאָם אין 1967.
אַ סך יאָרן האָט זי מיטגעאַרבעט מיט פּראָפֿ׳ חנא שמערוק און געשריבן איר דיסערטאַציע אונטער זײַן השגחה אויף דער טעמע — צוויי־שפּראַכיקייט אין דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור. איר דאָקטאָראַט האָט זי באַקומען אין 1974. אָנהייבנדיק פֿון 1963, איז זי געווען אַ לערערין אינעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ און אַ לענגערע צײַט מיטן אָפּטייל אָנגעפֿירט.
טורניאַנסקי האָט זיך ספּעציאַליזירט אין דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור, אַן ערך פֿונעם 15טן ביזן 18טן יאָרהונדערט, אָבער זי פֿאָרשט אויך די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור. צווישן אירע אַרבעטן אויף דער טעמע — אַ פֿאַרגלײַך פֿון אַלע נוסחאָות פֿון י. ל. פּרצס פּאָעמע „מאָניש‟ און אַ פֿאָרשונג פֿון די מקורות פֿון באַשעוויס‘ „שׂטן פֿון גאָריי‟.
„הײַנט קען מען זי פֿאַררעכענען ווי איינע פֿון די דרײַ הויפּט־פֿאָרשער פֿון דער עלטערער ייִדישער ליטעראַטור, צוזאַמען מיט עריקע טים און חנא שמערוק‟, האָט דעם „פֿאָרווערטס‟ איבערגעגעבן פּראָפֿעסאָר מאַריאָן אַפּטרוט פֿון דיסלדאָרפֿער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד. אַפּטרוט האָט אויך אַרויסגעהויבן איר שם ווי אַ וווּנדערלעכע און ברייטהאַרציקע לערערין, וועלכע גיט זיך אָפּ מיט אירע סטודענטן אַ סך מער ווי אַנדערע פּראָפֿעסאָרן. אַפּטרוט האָט באַטאָנט, אַז טורניאַנסקי שטעלט זיך אײַן פֿאַרן חשיבֿות פֿון ייִדיש, ווי און וווּ נאָר עס לאָזט זיך. צווישן אירע סטודענטן, וועלכע האָבן באַקומען דאָקטאָראַנטן האָט אַפּטרוט דערמאָנט קלאַודיאַ ראָזענצווײַג, נוגה רובין און רבֿקה וואָלפּע.
פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, אַ לעקסיקאָגראַף און פֿאָרשער פֿון דער עלטערער ליטעראַטור פֿון טריִער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד, האַלט, אַז פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי „באַהערשט דאָס גאַנצע פֿעלד‟. „זי גייט צו צום מאַטעריאַל סײַ מיט אַ היסטאָרישן, סײַ מיט אַ ליטעראַרישן בליק‟, האָט ער דערציילט.
אַ סך יאָרן האָט פּראָפֿ׳ טורניאַנסקי געאַרבעט איבער די זכרונות פֿון גליקל פֿון האַמל און איר קריטישע אויסגאַבע פֿון דעם קלאַסישן ווערק איז אָנערקענט געוואָרן ווי אַ מײַסטערווערק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.