פּאָרטאָ, פּאָרטוגאַל. — בערך 300 געסט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אויף אַ שׂימחה לכּבֿוד דעם 75־יאָריקן יוביליי פֿון דער שיל „כּדורי מקור־חיים‟ אין דער שטאָט פּאָרטאָ, אינעם דרומדיקן טייל פֿון פּאָרטוגאַל. צווישן די פֿאַרבעטענע געסט זענען געווען ייִדישע פֿירער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, ענגלאַד און אַרגענטינע.
לויט דער אָרטיקער טאָג-צײַטונג „זשאָרנאַל דע נאָטיציאַס‟, דאַוונען אין דער שיל הײַנט צו טאָג 39 מענטשן. אַ סך מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּאָרטאָ זענען גרים, וואָס שטאַמען פֿון די אַנוסים — די פּאָרטוגאַלישע ייִדן, וועלכע זענען געצוווּנגען געוואָרן זיך צו שמדן בעת דער אינקוויזיציע אינעם 15טן יאָרהונדערט.
די שיל איז אויפֿגעבויט געוואָרן דורך אַרטור קאַרלאָס דע באַראָס באַסטאָ — אַן אַרמיי-קאַפּיטאַן, וועלכער האָט אָנגעהויבן ברענגען די אייניקלעך פֿון די אַנוסים צו ייִדישקייט. צוליב דער דאָזיקער אַקטיוויטעט, האָט באַסטאָ פֿאַרלוירן זײַן קאַריערע און רעפּוטאַציע. מיכאל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון דער ירושלימער נישט-קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע „שבֿי־ישׂראל‟, וועלכער פֿירט דורך בילדונג-פּראָגראַמען פֿאַר „פֿאַרלוירענע‟ ייִדיש-שטאַמיקע גרופּעס אַרום דער וועלט, האָט געמאָלדן, אַז די היסטאָרישע שיל, וועלכע פּראַוועט איצט איר 75סטן יוביליי, דינט ווי אַן עדות פֿאַר באַסטאָס טעטיקייט. דניאל ליטוואַק, דער רבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה אין פּאָרטאָ, איז אַ שטענדיקער שליח פֿון „שבֿי־ישׂראל‟.
לויט פֿרוינדן, וווינען אין פּאָרטוגאַל טויזנטער אייניקלעך פֿון די אַנוסים. דער דירעקטאָר פֿון דער קירובֿ-אָרגאַניזאַציע האַלט, אַז ישׂראל און די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט דאַרפֿן זיי העלפֿן זיך אומצוקערן צו ייִדישקייט. פֿרוינד האָט דערקלערט, אַז „ער האָפֿט צו פֿאַרווירקלעכן אַמאָל באַסטאָס טרוים און אָנצופֿילן זײַן שיל מיט די בני-אַנוסים‟.
די שיל „כּדורי מקור־חיים‟ איז די גרעסטע אויפֿן איבערישן האַלב-אינדזל. אינעם בנין געפֿינט זיך אויך דער שטאָטישער קהילה-צענטער און אַ ייִדישע ביבליאָטעק. אין די 1930ער יאָרן איז דאָרטן אויך געווען אַ ישיבֿה.
אַרטור קאַרלאָס דע באַראָס באַסטאָ (1887—1961) איז געווען אַ פּאָרטוגאַלישער אַרמיי-אָפֿיציר, אַ העלד פֿון דער רעפּובליקאַנער רעוואָלוציע פֿונעם יאָר 1910 און פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. פֿון קינדווײַז אָן, האָט באַסטאָ, דערצויגן ווי אַ קריסט, געוווּסט וועגן די ייִדישע שרשים פֿון זײַן משפּחה. נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט ער זיך אַקטיוו פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט; אויסגעלערנט העברעיִש, האָט ער זיך מגייר געווען, אויסגעקליבן דעם ייִדישן נאָמען אַבֿרהם-ישׂראל בן-ראָש און חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער פֿרוי. אינעם יאָר 1923 האָט די משפּחה זיך באַזעצט אין פּאָרטאָ און אָנגעהויבן שאַפֿן דאָרטן אַ ייִדישע קהילה.
אינעם יאָר 1938, ווען בערך 200 שילן אין אייראָפּע זענען צעשטערט געוואָרן בעת דער „קרישטאָל־נאַכט‟, האָט ער אויפֿגעשטעלט זײַן גרויסע שיל, מיט דער הילף פֿון ספֿרדישע קהילות אַרום דער וועלט. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט, פֿון 1927 ביז 1958, פֿלעגט ער אַרויסגעבן אַ פֿרומע צײַטונג, מיטן נאָמען „הלפּיד‟. אַ טייל היסטאָריקער גלייבן, אַז ער האָט צוגעצויגן 10,000 נאָכפֿאָלגער אין פֿאַרשיידענע פּאָרטוגאַלישע שטעט.
די דאָזיקע טעטיקייט האָט זיך אָבער שווער אָפּגעשלאָגן אויף באַסטאָס קאַריערע. אינעם יאָר 1937 האָט די אַרמיי בײַ אים אָפּגענומען זײַן מיליטערישן ראַנג און די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג. צוליב דעם, האָט ער נישט געהאַט גענוג געלט צו ראַטעווען זײַן זונס לעבן; אינעם יאָר 1961 איז באַסטאָ ניפֿטר געוואָרן אין אַ טיף עגמת-נפֿש. ס׳זעט אויס, אַז די רדיפֿות זענען געווען אַ רעזולטאַט פֿון אַ בילבול מצד דער קאַטוילישער קירך. ערשט מיט אַ יאָר צוריק, האָט די פּאָרטוגאַלישע נאַציאָנאַלע אַסאַמבלעע דערקלערט, אַז די באַשולדיקונגען קעגן דעם קאַפּיטאַן זענען געווען גרונטלאָז און אַנטיסעמיטיש-מאָטיווירט.
אויפֿן סמך פֿון ייִט״אַ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.