ייִדן האָבן ליב צו לאַכן, אָפּצולאַכן, מאַכן פֿון יענעם דאָס געלעכטער, האַלטן זיך בײַ די זײַטן, לאַכנדיק; און סתּם הנאה האָבן פֿון אַ לאַכערײַקע. דערויף מעג איך אײַך צו וויסן געבן בכּבֿוד־גדול, אַז ייִדיש איז די וווילסטע שפּראַך אויף דער וועלט וואָס לאָזט זיך בייגן.
זײַט וויסן, אַז הומאָר און געלעכטער איז אַ מתּנה וואָס איז געגעבן געוואָרן דעם מענטשן, סײַ ייִדן און סײַ נישט־ייִדן, גלײַכע שותּפֿים. מיט איין וואָרט, ס’איז אוניווערסאַל. דער מין מענטש פֿאַרמאָגט די שאַרפֿקייט פֿון חכמה, לײַכט־האַרציקייט און הומאָר. “אַנו! גיט אַ נעענטערן קוק אויף דער בעלי־חי!” האָט אַמאָל געזאָגט דער רוסישער שרײַבער מאַקסים גאָרקי. “חיות לאַכן נישט, דער מענטש לאַכט.”
אַ חוץ איינער, די לאַכעדיקע היענע. און דאָס זאָגט עדות, אַז הומאָר האָט עפּעס צו טאָן מיט דער אַנטוויקלונג פֿונעם מוח; אַ סימן די עוואָלוציע האָט זיך דאָ אַרײַנגעמישט. גיי דערצייל די אַפּגעשטאַנענע ייִדישע קאָמעדיאַנטן, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך פֿול מיט הומאָר, אָבער נישט צו חוזקן אויף איר חשבון.
שלום־עליכם האָט געשאַפֿן אַ גאַנצן ליטעראַרישן זשאַנער ווען ער האָט געשילדערט די טראַגעדיע דורך געלעכטער. בשעת משה נאַדיר האָט זיך געמאַכט באַקוועם און אָפּגעלאַכט פֿונעם מין מענטש. איציק מאַנגער ווידער איז געווען איידל, קלוג און געשליפֿן, אַזש מאיציק עד איציק לא קם כּמוהו, אַ קאַטאָוועסניק בשעת ער האָט געשילדערט די וועלט פֿון אונדזערע אָבֿות און אמהות און זייער נאָכוווּקס. לאָמיר זיך נישט נאַרן, ייִדיש לאָזט זיך קנעטן אין די הענט פֿון אַ קינסטלער. אונדזערע הומאָריסטן, ווען זיי זײַנען מיד געוואָרן פֿון אייגענעם קאַבודל ייִדן, האָבן זיי אָנגעשטעלט זייער פּולווער אויף גאָט, די מלאָכים, אויף זינדיקן, אויף שטראָף און אויף עולם־הבא.
שלום־עליכם האָט אַמאָל געזאָגט, אַז „לאַכן איז געזונט, דאָקטוירים הייסן לאַכן.” אָבער וווּ געפֿינט מען הײַנט אַ דאָקטער וואָס פֿאַרמאָגט אַליין אַ טראָפּן הומאָר, ווען ער זאָגט אָן אַ ביטערע בשׂורה. אונדזער קלאַסישער הומאָריסט, שלום־עליכם, איז אויך געווען אַ פֿילאָסאָף, ווען ער האָט געשריבן:
“דאָס לעבן איז אַ דראַמע:
אַ שפּיל פֿאַר די נאַראָנים,
אַ קאָמעדיע פֿאַר די רײַכע,
און אַ טראַגעדיע פֿאַר די אָרעמע.”
אונדזער הומאָר האָט דערווײַל פֿאַרנומען ס’אייבערשטע פֿון שטייסל מיט דער קלאַסיפֿיקאַציע פֿון געלעכטער:
אַרכעאָלאָגישער געלעכטער — איך לאַך זיך אויס פֿון דײַן באָבען.
פּסיכאָלאָגישער געלעכטער — אַ געלעכטער אין אַ זײַט.
אַנאַטאָמישער געלעכטער — קענסט לאַכן פֿון פּופּיק, ס’וועט דיר גאָרנישט העלפֿן.
זאָאָלאָגישער געלעכטער — ער לאַכט מיט יאַשטשערקעס.
מינעראָלאָגישער געלעכטער — ס’איז בעסער צו לאַכן ווי צו וויינען.
שלום־עליכם האָט טאַקע געזאָגט, אַז ווען ער וואָלט נישט געלאַכט וואָלט ער געמוזט וויינען. משה נאַדיר האָט אַמאָל געזאָגט, אַז הומאָר איז אַ טראַגעדיע אין פֿליסיקן צושטאַנד.
בערנאַרד שאָו האָט אַמאָל געזאָגט, און איך פּאַראַפֿראַזיר, אַז אַ מענטש וואָס קען נישט זײַן אייגענע שפּראַך און הומאָר, איז אַזוי גוט ווי אַ ליימענער גולם.
אַפֿילו די גרויסע רוסישע סאַטיריקער האָבן געשריבן, אַז הומאָר האָט אין זיך אַ געפֿערלעכע קראַפֿט, אַז אַפֿילו דער וואָס האָט פֿאַר קיינעם נישט קיין מורא האָט מורא פֿאַרן געלעכטער.
צום מזל, פֿאַרמאָגן מיר הײַנט צו טאָג אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע אַזעלכע סאַטיריקער ווי דזשאַן דיילי, ביל מאַהר און סטיווען קאָלבער. געשליפֿענע צונגען, און דורך זייער הומאָר קענען מיר אויסלאַכן די פֿירער פֿון דער וועלט, די הײַנטיקע פּאָליטיק און אומיושר פֿון דעם איינעם פּראָצענט, וואָס קענען זיך בשום אופֿן נישט אָפּנאָפּלען פֿון זייערע אימעניעס, יאַכטעס, פּריוואַטע עראָפּלאַנען און די אַפּותּיקאס. ווי זאָגט דאָס ייִדישע ווערטל: נישט מיט וויינען און נישט מיט לאַכן קען מען די וועלט איבערמאַכן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.