דער סוף פֿון סאָוועטישן „דזשאָינט”

The end of Agro-Joint in Russia


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 05, 2013.

מיט 76 יאָר צוריק, דעם 9טן פֿעברואַר 1937, האָט דער „פֿאָרווערטס” פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אונטערן טיטל „וואָס טוט דער ׳אַגראָ-דזשאָינט׳ און וואָס פּלאַנעוועט ער אויף ווײַטער?”. דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל, דער זשורנאַליסט און איבערזעצער הערש ראָזענפֿעלד, האָט אינטעוויויִרט דר. דזשאָזעף ראָזען, דעם דירעקטאָר פֿון „אַגראָ-דזשאָינט”. דעם דעמאָלטיקן לייענער פֿון „פֿאָרווערטס” האָט מען ניט געדאַרפֿט דערקלערן, וועגן וועלכער אָרגאַניזאַציע עס איז געגאַנגען די רייד. אַמעריקאַנער ייִדן האָבן, בדרך-כּלל, גוט געוווּסט, אַז דער „אַגראָ-דזשאָינט”, געשאַפֿן דורך דעם „דזשאָינט” אין 1924, האָט זיך באַשעפֿטיקט, קודם-כּל, מיט העלפֿן די סאָוועטיש-ייִדישע קאָלאָניסטן אין קרים און אַנדערע געגנטן.

אין די 1920ער און 1930ער יאָרן איז דאָס געווען איינער פֿון די סאַמע פּאָפּולערע פּראָיעקטן, ברייטהאַרציק געשטיצט דורך אַמעריקאַנער ייִדן, סײַ קאָמוניסטיש-געשטימטע, סײַ (און אַפֿילו מער) ניט קאָמוניסטיש-געשטימטע. אין משך פֿון די 14 יאָר, וואָס דער „אַגראָ-דזשאָינט” איז געווען טעטיק אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט ער אַהין אינוועסטירט 15 מיליאָן דאָלאַר. לויט דעם הײַנטיקן ווערט פֿון דער וואַליוטע, איז עס אַרום 200 מיליאָן דאָלאַר. אַ דאַנק די דאָזיקע געלטער האָט געקענט, ווי עס זינגט זיך אין דעם באַקאַנטן ליד וועגן דזשאַנקוי, דער טראַקטער גיין „ווי אַ באַן”, און די מומע לאה האָט געקענט אַרבעטן „בײַ דער קאָסילקע” און „ביילע בײַ דער מאָלאָטילקע”.

אָנהייב 1937 האָט די טעטיקייט פֿון „אַגראָ-דזשאָינט” אויסגעזען זייער גוט. אַזוי יעדנפֿאַלס האָט דערציילט דר. ראָזען. די לייענער האָבן זיך דערוווּסט, בפֿרט, וועגן דעם, אַז «אין 50 קאָלאָניעס אין קרים און אוקראַיִנע איז שוין דורכגעפֿירט געוואָרן עלעקטריפֿיקאַציע» און אַז עפּעס אַ „ייִדישער קאָלאָניסט מיט דער הילף פֿון ׳אַגראָ-דזשאָינט׳-אַגראָנאָמען שאַפֿט אַ נײַעם עלעקטרישן אַקער”. די הילף מצד דער אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע איז געקומען „צו ייִדישע טעכנישע שולן, צו קליינע און שוואַכע קאָאָפּעראַטיוון, ווי אויך צו ייִדיש-דײַטשישע דאָקטוירים, אינזשענירן און אַנדערע טעכניקער”. געמיינט האָט מען די ניט קיין גרויסע צאָל דײַטשישע ייִדן, וואָס מע האָט געהאַט אַרײַנגעלאָזט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

מיכאַיִל מיצעל
מיכאַיִל מיצעל

שוין אין עטלעכע חדשים אַרום וועט זיך דער מצבֿ ראַדיקאַל, און טראַגיש, בײַטן. דאָס לאַנד איז אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיט דער מערדערישער פּאַראַנאָע פֿון דעם „גרויסן טעראָר”. באַזודערס שווער איז געווען דער גורל פֿון די סאָוועטישע בירגער, וועלכע האָבן געהאַט עפּעס אַ פֿאַרבינדונג מיט אויסלאַנד, ווײַל אין יעדן אַזאַ מענטשן האָט מען געזען אַ שפּיאָן. די ייִדישע פּליטים פֿון דײַטשלאַנד פֿלעגט מען אַרעסטירן ווי דײַטשישע אַגענטן. אַגראָנאָמען, דאָקטוירים און אַנדערע אָנגעשטעלטע פֿון „אַגראָ-דזשאָינט” גענומען פֿאַרשוווּנדן אין תּפֿיסות. לסוף איז געקומען די צײַט אין גאַנצן אָפּצושטעלן די טעטיקייט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿון דער „געפֿערלעכער” אַמעריקאַנער ייִדישער אָרגאַניזאַציע. די חדשים מײַ-אָקטאָבער 1938 האָט דר. ראָזען פֿאַרבראַכט אין מאָסקווע, כּדי פֿאַרענדיקן די געשעפֿטן און צו העלפֿן, אויף וויפֿל אים האָט זיך עס אײַנגעגעבן צו טאָן אין די באַדינגונגען פֿון יענער צײַט, די סאָוועטישע מיטאַרבעטער און זייערע משפּחות.

דעם גורל פֿון די סאָוועטישע „דזשאָינט”-מיטאַרבעטער האָט לאַנגע יאָרן געפֿאָרשט דער אַרכיוויסט פֿון „דזשאָינט” מיכאַיִל מיצעל. ער איז גוט באַקאַנט יעדן איינעם, וואָס האָט אַ מאָל גענוצט די רײַכע דאָקומענטן-קאָלעקציעס פֿון דער דאָזיקער וויכטיקער ייִדישער פֿילאַנטראָפּישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע וועט אין 2014 ווערן הונדערט יאָר אַלט, אָבער ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון ווערן אַלט. פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג ווייס איך ווי מיכאַיִל — אַלע רופֿן אים מישאַ — איז תּמיד גרייט צו העלפֿן אַ פֿאָרשער צו געפֿינען די נייטיקע מאַטעריאַלן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז ער אַליין איז אַ דערפֿאַרענער היסטאָריקער, אַ מחבר פֿון אַ היפּש ביסל וויכטיקע פּובליקאַציעס, אַזוי אַז ער פֿאַרשטייט זייער גוט די באַדערפֿענישן פֿון זײַנע קאָלעגן.

„דער לעצטער קאַפּיטל: דער אַגראָ-דזשאָינט אין די יאָרן פֿונעם גרויסן טעראָר”
„דער לעצטער קאַפּיטל: דער אַגראָ-דזשאָינט אין די יאָרן פֿונעם גרויסן טעראָר”

סוף 2012 איז אין קיִעוו אַרויס זײַן בוך, וואָס הייסט «Последняя глава»: Агро-Джойнт в годы Большого террора („דער לעצטער קאַפּיטל: דער אַגראָ-דזשאָינט אין די יאָרן פֿונעם גרויסן טעראָר”). אין אַרכיוון פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע, ווי אויך אין די ניו-יאָרקער אַרכיוון פֿון „דזשאָינט” און ייִוואָ, האָט מיכאַיִל מיצעל צונויפֿגעקליבן פּרטים אי וועגן דער אָרגאַניזאַציע גופֿא, איר טעטיקייט אין דעם צווייטן און דעם דריטן יאָרצענדליק פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אי וועגן די יחידים, וועלכע האָבן געאַרבעט ווי אָנגעשטעלטע פֿון „דזשאָינט” און זײַנען טאַקע דערפֿאַר אומגעקומען אין דעם שרעקלעכן מענטשן-מילכל פֿון יענער צײַט. דאָס דאָזיקע בוך איז, אין תּוך אַרײַן, אַן אייגנאַרטיקער דענקמאָל, געשטעלט די סאָוועטישע „דזשאָינט”-מאַרטירער. דאָס בוך איז אָנגעשריבן און פֿאַרעפֿנטלעכט אויף רוסיש. אָבער עס איז כּולל אויך אַ פּרטימדיקן קיצור אויף ענגליש. אַזוי צי אַזוי, איז מיצעלס בוך אויך אַ וויכטיקער קוואַל פֿאַר די פֿאָרשער, וואָס אינטערעסירן זיך מיט דער דאָזיקער טעמע.

מע קען ניט זאָגן, אַז דער געלערנטער עולם האָט איגנאָרירט די געשיכטע פֿון „דזשאָינט”. עס זײַנען דאָ ביכער און אַרטיקלען וועגן כּלערליי פֿראַגן, פֿאַרבונדן מיט דער טעטיקייט פֿון אָט דער אָרגאַניזאַציע. און דאָך בלײַבן נאָך זייער אַ סך בלויזן. ניט לאַנג צוריק איז מיר אויסגעקומען צו שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן דעם „דזשאָינט” פֿאַר אַן ענציקלאָפּעדיע, און איך האָב זיך ווידער אַ מאָל איבערגעצײַגט, אַז צו אַ סך זײַטלעך פֿון דער „דזשאָינט”-געשיכטע האָט זיך די אַקאַדעמישע האַנט נאָך ניט צוגערירט. דורך זײַן אַרבעט, מאַכט מיכאַיִל מיצעל קלענער דעם ניט-צוגערירטן שטח.