ניו־יאָרק (ייִט״אַ). — אַ ווענעזועלער מענשנרעכט־אָרגאַניזאַציע, וואָס באַמיט זיך צו פֿאַרשפּרייטן טאָלעראַנץ דורך דערציילן די געשיכטע פֿון אַנאַ פֿראַנק, איז געוואָרן דער ציל פֿון אַ געהיימער אויספֿאָרשונג מצד דער ווענעזועלער אויסשפּיר־דינסט SEBIN, האָט לעצטנס איבערגעגעבן אַן אַרגענטינער מעדיאַ־קוואַל.
לויט אַ טעקע פֿון דאָקומענטן פֿון SEBIN, איז די מענטשנרעכט־גרופּע, „עספּאַסיאָ אַנאַ פֿראַנק‟, אין דער אמתן אַ טייל פֿון אַ ישׂראלדיקן שפּיאָנאַזש־רינג, וואָס באַמיט זיך אונטערצוגראָבן די לינקע רעגירונג פֿון פּרעזידענט כוגאָ טשאַוועז. אינעם 34־זײַטיקן באַריכט, שטייט געשריבן: „מיר זענען געקומען צום אויספֿיר, אַז ׳עספּאַסיאָ אַנאַ פֿראַנק׳ אָפּערירט ווי אַ סטראַטעגישער אָרעם פֿונעם ישׂראלדיקן אויסשפּיר־אַפּאַראַט אין דעם לאַנד און פֿירט דורך אַן אַנטי־רעגירונג, סאָציאָ־פּאָליטישע קאַמפּאַניע דורך די פֿאָרשטייער פֿון עקסטרעם־רעכטע ציוניסטישע גרופּעס און דער עקאָנאָמישער עליטע.‟
אין דער טעקע געפֿינען זיך באַוואַכונג־פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די ביוראָען פֿון „עספּאַסיאָ אַנאַ פֿראַנק‟, און פּערזענלעכע פּרטים וועגן די מיטגלידער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג. דער באַריכט גיט אָנצוהערן, אַז די אָרגאַניזאַציע באַדראָט די ווענעזועלער זיכערהייט, און דאַרף דערפֿאַר כּסדר באַוואַכט ווערן דורך באַהאַלטענע ווידעאָ־ און הער־אַפּאַראַטן.
דער באַריכט איז אַ טייל פֿון אַ ריזיקער זאַמלונג פֿון מאַטעריאַלן, וואָס Analises24 — אַן אַרגענטינער אַנטי־טשאַוועז נײַעס־קוואַל — האָט לעצטנס אַנטדעקט וועגן דער ווענעזועלער רעגירונג. צווישן די מאַטעריאַלן: אויסשפּיר־באַריכטן, געהיימע פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָס, און אַפֿילו פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן טשאַוועזס משפּחה. דער רעדאַקטאָר פֿון Analises24, ניקאָאַס סאָלאַנאָ, האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז די וועבזײַט האָט באַקומען די מאַטעריאַלן פֿון אַ געוועזענעם הויך־ראַנגיקן קוואַל פֿון SEBIN.
דעם 22סטן יאַנואַר האָט די וועבזײַט פֿון Analises24 פּובליקירט 50 דאָקומענטן, אין שײַכות מיט די ווענעזועלער ייִדן, ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח. אין גיכן וועלן אויף דער וועבזײַט אַרויסגעלאָזט ווערן אַ סך מער דאָקומענטן.
די הויכע באַאַמטע אין דער ווענעזועלער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן האָבן דערווײַל נישט געענטפֿערט אויף דער באַשולדיקונג. אויב די דאָקומענטן זענען טאַקע אויטענטיש, וועט עס באַשטעטיקן דאָס וואָס די ווענעזועלער ייִדן האָבן שוין לאַנג חושד געווען: אַז זייער אייגענע רעגירונג באַצייכנט זיי ווי אַ פֿינפֿטע קאָלאָנע, און שפּיאָנירט קעגן זיי.
אין 2004 און 2007 האָבן די מלוכישע זיכערהייט־כּוחות דורכגעפֿירט אָבלאַוועס פֿון די הויפּט־ייִדישע אינסטיטוציעס, און אין 2009, גלײַך נאָך דער ישׂראלדיקער מיליטערישער אַקציע אין עזה, איז אַ שיל אין קאַראַקאַס צעשטערט געוואָרן פֿונעם צעווילדעוועטן המון, אַרײַנגערעכנט עטלעכע פּאָליציאַנטן.
צוליב דעם אַנטאַגאָניזם פֿון דער טשאַוועז־רעגירונג, ווי אויך צוליב דער עקאָנאָמישער ירידה און אַן אויפֿשטײַג פֿון ברוטאַלע פֿאַרברעכנס, האָבן אַ סך ווענעזועלער ייִדן במשך פֿון די לעצטע צען יאָר עמיגרירט קיין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער אין לאַטײַן־אַמעריקע. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1999, ווען עס האָבן געוווינט 22,000 ייִדן אין ווענעזועלע, געפֿינט זיך הײַנט דאָרט בלויז אַ העלפֿט דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.