דער נײַער פֿילם „לאָרע‟ פֿון דער רעזשיסאָרין קייט שאָרטלאַנד איז אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט צווישן אויסטראַליע און דײַטשלאַנד. געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿונעם ראָמאַן „דער טונקעלער צימער‟ פֿון דער ענגלענדערין רחל זײַפֿערט, דערציילט „לאָראַ‟ וועגן פֿיר דײַטשע קינדער בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וועלכע מוזן אַליין וואַנדערן איבער דעם פֿאַרלאָזטן, האַלב־סורעאַליסטישן דײַטשלענדישן פּייסאַזש, דורך פֿעלדער און וועלדער, צו זייער באָבען, הונדערטער מײַלן אַוועק.
אַ פֿילם וועגן די דײַטשן נאָכן חורבן, וואָס וויל אַרויסרופֿן אַ מיטגעפֿיל טאַפּט אָן אַ שווערן ענין. איך דערמאָן זיך ווען איך האָב געהערט אַ לעקציע פֿונעם היסטאָריקער קריסטאָפֿער בראַונינג וועגן די „פּשוטע מענטשן‟, וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אינעם אומברענג פֿון די ייִדן. ער האָט געפֿאָרשט די פּראָטאָקאָלן פֿון איין דײַטשן אַרמיי־באַטאַליאָן, וואָס האָט געשאָכטן ייִדן אין פּוילן אין 1942, כּדי צו פֿאַרשטיין פֿאַרוואָס זיי האָבן געקענט הרגענען אַזוי פֿיל אומשולדיקע ייִדן, פֿרעמדע מענטשן. בראַונינג האָט אויסגערעכנט פֿאַרשיידענע סיבות פֿאַר וואָס, און געוויזן, אַז געציילטע סאַדיסטן צווישן די סאָלדאַטן האָבן, דער עיקר, אָנגעפֿירט מיט דער אַרבעט. דער היסטאָריקער דניאל גאָלדהאַגען האָט געפֿאָרשט די זעלבע אַרכיוו־מאַטעריאַלן, וועגן דעם זעלביקן דײַטשן באַטאָליאָן, און געקומען צו אַ גאַנץ אַנדערן אויספֿיר, אַז צוליב טיף אײַנגעוואָרצלטן דײַטשן אַנטיסעמיטיזם, האָבן די דאָזיקע סאָלדאַטן נישט געהאַט קיין שום פּראָבלעם בײַם אויסהרגענען די ייִדן.
בײַ דער לעקציע, וווּ איך האָב געהערט פּראָפֿ׳ בראַונינגס פֿאַרטיידיקונג פֿון זײַן טעזע, האָט ער געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק מיט זײַן היסטאָרישער פּינקטלעכקייט און מבֿינות. אָבער ווי גערעכט ער זאָל נישט האָבן געווען, האָט ער געדאַרפֿט פֿאַרטיידיקן די סאָלדאַטן, כּדי צו שטיצן זײַן מיינונג און דאָס איז געוואָרן גאָר אומבאַקוועם פֿאַרן עולם.
אין אַ פֿילם וועגן קינדער, אַפֿילו ווען זיי זענען די קינדער פֿון נאַצישע עלטערן, ווײַזט מען, נאַטירלעך, אַרויס מער רחמנות. די עלטסטע טאָכטער לאָרע, אַן ערך 14 יאָר אַלט, בלײַבט מיט אירע פֿיר ברידער און שוועסטער אַליין, נאָך דעם ווי זייערע טאַטע־מאַמע ווערן אַרעסטירט. איין קינד איז נאָך אַן עופֿעלע אין אַ גאַנג־וועגעלע. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון פֿילם דערוויסט זיך די משפּחה, אַז היטלער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, און אין זייערע אויגן איז דאָס דײַטשע פֿאָלק געבליבן ווי שאָף אָן אַ פּאַסטעך. לאָרע נעמט די אַנדערע קינדער, האַק און פּאַק, און זיי בלאָנדזשען אַרום פֿון פֿאַרמער צו פֿאַרמער, פֿון פּויער צו פּויער, זוכנדיק אַ דאַך איבערן קאָפּ און אַ שטיקל ברויט.
אָבער די דײַטשע פֿאַרמער, אַפּנים, האָבן נישט אַזוי שטאַרק געשטיצט דעם נאַצי־רעזשים, אָדער זיי האָבן געהאַלטן, אַז צוליב די נאַציס זענען זייערע זין אומגעקומען. זיי נעמען נישט אויף לאָרע און די אַנדערע קינדער מיט גרויס פֿרייד, אָבער צום גליק, ווען מע דערזעט דאָס עופֿעלע, ווערן זייערע הערצער ווייכער.
צו דער צײַט ווערט דײַטשלאַנד צעטיילט אויף פֿיר טעריטאָריעס, און די אַמעריקאַנער נעמען איבער דעם שטח, וווּ לאָרע וואַנדערט. אין טיפֿן וואַלד ווייסט מען שוין נישט וווּ עס זענען די גרענעצן, אָבער מע ווייסט, אַז בײַ די רוסן ליגט די גרעסטע סכּנה. בײַ די וואָקזאַלן, וווּ די קינדער געפֿינען אויס די לעצטע נײַעס, האָט מען אויפֿגעקלעפּט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די טויטע ייִדן אין די לאַגערן, און ס‘רובֿ דײַטשן ווילן נישט גלייבן, אַז דאָס זענען אמתע מענטשן, און טענהן, אַז דאָס זענען אַמעריקאַנער אַקטיאָרן, וועלכע שפּילן די ראָלעס פֿון מתים.
די אַנטוויקלונג פֿון לאָרעס כאַראַקטער, פֿון אַ געטרײַער נאַצי־טאָכטער צו אַ צעמישט יונג מיידל, וואָס ווייסט נישט וווּ איז דער אמת און וווּ איז דער ליגן, איז אַ הויפּט־טעמע פֿונעם פֿילם. עס העלפֿט איר אויספּלאָנטערן דעם אמת אַ מיסטעריעזער יונגער־מאַן, טאָמאַס, מיט אַ נומער, אַ טאַטויִרונג פֿונעם לאַגער, אויף זײַן אָרעם. צי האָט ער געליטן אין לאַגער ווײַל ער איז אַ ייִד, צי אַ גנבֿ, צי אַ ציגײַנער — איז נישט קלאָר. ער ניצט ייִדישע אידענטיפֿיציר-פּאַפּירן פֿאַרבײַצוגיין מיט די קינדער דורך די בלאָקפּאָסטן, ווײַל די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן „האָבן ליב די ייִדן‟ נאָך דער מלחמה. נישט־ייִדן האָבן זיך אויסגעגעבן פֿאַר ייִדן, זיי זאָלן זיך וואָס גיכער קענען אַרײַנפּאַסן אין דער נײַער דײַטשער געזעלשאַפֿט, און לאָרע איז אים חושד אין דעם.
אינעם אָריגינעלן ווערק פֿון זײַפֿערט, איז די נאָוועלע פֿון לאָרע נאָר געווען איין טייל פֿון דרײַ נאָוועלעס וועגן דײַטשלאַנד צום סוף פֿון דער מלחמה. איר סטיל איז צימצומדיק, על־פּי דעם ישׂראל־שרײַבער אַהרן אַפּעלפֿעלד, און דאָס טראָגט זיך אַריבער צום פֿילם „לאָרע‟, וווּ שאָרטלאַנד האָט געבויט די סטרוקטור פֿונעם פֿילם אויף קורצע סצענעס. די הויפּט־ראָלע פֿון לאָרע שפּילט סאַסקיאַ ראָזענדאַהל, אַ יונגע טאַלאַנטירטע אַקטריסע, וועלכע הייבט ערשט אָן איר קאַריערע.
די פּרעמיערע פֿון „לאָרע‟ — Lore אין ניו־יאָרק קומט פֿאָר דעם 8טן פֿעברואַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.