פּונטאָ דעל עסטע, אורוגווײַ (ייִט״אַ). — די שטאָט פּונטאָ דעל עסטע איז באַקאַנט אין דרום-אַמעריקע ווי אַ פּלאַזשע-אָאַזיס פֿאַר די רײַכע, און לעצטנס — ווי דאָס פּלאַץ, וווּ דאָנאַלד טראָמפּס ערשטער פּראָיעקט פֿון וווין-הײַזער אויפֿן דרום-אַמעריקאַנער קאָנטינענט. די אָרטיקע פּלאַזשעס און לוקסוס-האָטעלן ציִען צו אַ סך טוריסטן.
אין די לעצטע יאָרן, איז פּונטאָ דעל עסטע געוואָרן אַ פּאָפּולערער קוראָרט בײַ ייִדן, וועלכע פֿאָרן אַהין פֿון יאַנואַר ביז מערץ, במשך פֿונעם דרום-אַמעריקאַנער זומער-סעזאָן. הונדערטער מתפּללים פֿאַרזאַמלען זיך שבת אין דער שטאָטישער סינאַגאָגע „בית-מאיר טעמפּל‟. אין דער שטאָט ווערט אויך דורכגעפֿירט אַ ייִדישער פֿילם-פֿעסטיוואַל. ישׂראלדיקע טוריסטן מיט רוקזעק שטייען אײַן אין אַ ביליקן האָטעל, און טײַערע האָטעלן זענען אויסגעשטאַט מיט אַ שבתדיקן ליפֿט פֿאַר די פֿרומע.
הײַיאָר, אין יאַנואַר, האָט זיך אין פּונטאָ דעל עסטע געעפֿנט דער ערשטער כּשרער פּיצע-רעסטאָראַן. איינע פֿון די רעקלאַמע-עראָפּלאַנען, וואָס פֿליִען יעדן טאָג איבער די פּלאַזשעס, ווײַזט די טוריסטן אַ פּלאַקאַט מיטן זמן פֿאַר שבת-ליכט. ראָבערטאַ לאַוועלבערג פֿון סאַאָ־פּאַולאָ, אַ מיטאַרבעטערין פֿון דער בראַזילישער ייִדישער פֿעדעראַציע, “CONIB‟, די וויכטיקסטע דאַך-אָרגאַניזאַציע בײַ דער קהילה אין בראַזיל, האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט ליב צו באַזוכן פּונטאָ דעל עסטע, וווּ מע קאָן זיך באַקענען מיט נײַע ייִדישע פֿרײַנד, צו טרעפֿן אַלטע חבֿרים און צו פֿאַרברענגען בײַם ים.
דער קוראָרט געפֿינט זיך אויף דרום, צוויי שעה צו פֿאָרן, פֿון דער אורוגווײַער הויפּטשטאָט, מאָנטעווידעאָ. פֿאַר אַ סך דרום-אַמעריקאַנער ייִדן, וועלכע זאָרגן זיך שטענדיק וועגן זייער זיכערהייט, איז פּונטאָ דעל עסטע באַקאַנט נישט בלויז מיט אירע זאַמדיקע פּלאַזשעס און אַ באַקוועמען וועטער, נאָר אויך ווי אַן אָרט, וווּ מע קאָן זיך אָפּרוען רויִק און פֿאַרזיכערט.
לויט דעם „גלאָבאַלן אינדעקס פֿון שלום‟ פֿאַרן יאָר 2012, איז אורוגווײַ, בדרך-כּלל, פֿרידלעכער ווי בראַזיל און אַרגענטינע, וווּ עס וווינען ס׳רובֿ דרום-אַמעריקאַנער ייִדן. צוליב דעם, וואָס בלויז איין וועג פֿירט קיין פּונטאָ דעל עסטע, איז פֿאַר דער אָרטיקער פּאָליציי גרינגער אויסצומײַדן די פֿאַרברעכנס. מאָניקאַ באַריאָס הערנאַנדעז, אַ קאָאָרדינאַטאָרין בײַם דעפּאַרטאַמענט פֿון טוריזם, האָט דערלערט, אַז נישט אין אַלע שטעט אינעם ראַיאָן קאָנען די ייִדן זיך פֿילן אַזוי רויִק. פֿרומע ייִדן גייען אַרום אָנגעטאָן לויט זייער שטייגער, בײַם ים און אויף די גאַסן, און קיינער האָט זיך צו זיי קיינמאָל נישט געטשעפּעט.
אין 1950, האָט דער אַרגענטינער געשעפֿטסמאַן מאָריסיאָ ליטמאַן געעפֿנט אין פּונטאָ דעל עסטע דעם „קאַנטעגריל קאַונטי קלוב‟. אין אַ יאָר שפּעטער איז אין דער שטאָט פֿאָרגעקומען דער ערשטער יערלעכער אינטערנאַציאָנאַלער קינאָ־פֿעסטיוואַל. אינעם יאָר 1959, האָט גאָלדע מאיר, די ישׂראלדיקע אויסערן-מיניסטאָרין, אָרגאַניזירט אין פּונטאָ דעל עסטע אַ צוזאַמענטרעף פֿון ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרן אין דרום-אַמעריקאַנער לענדער. זינט יענער תּקופֿה, האָט די צאָל ייִדישע טוריסטן און אײַנוווינער אָנגעהויבן וואַקסן. אַ צאָל ייִדישע געשעפֿטסלײַט און אַרכיטעקטן האָבן זיך פֿאַרנומען מיט אָרטיקע בויונג-פּראָיעקטן אין די 1960—1970ער יאָרן. אין די 1980—1990ער יאָרן איז די שטאָט געוואָרן פּאָפּולער ווי אַ וואַקאַציע-קוראָרט צווישן מיטל-קלאַסיקע אַרגענטינער.
פּונטאָ דעל עסטע, אַ שטעטל מיט בלויז 9 טויזנט תּושבֿים, האָט פֿיר שילן. אינעם זומער-סעזאָן קומען דאָרטן אָן בערך 25־50 טויזנט ייִדישע טוריסטן. פֿאַר אַ לאַנד מיט 3.3 מיליאָן אײַנוווינער, וווּ עס וווינען בערך 17 טויזנט ייִדן, איז עס אַ גרויסע צאָל. אין פֿעברואַר וועט דאָרטן דורכגעפֿירט ווערן דער 10טער יערלעכער ייִדישער קינאָ-פֿעסטיוואַל, מיט דער הילף פֿון דער אורוגווײַער מלוכה און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון דרום-אַמעריקע.
דער ערשטער ליובאַוויטשער שליח איז אָנגעקומען אין דער שטאָט אינעם יאָר 1985. הרבֿ אליעזר שם-טובֿ האָט דערקלערט, זײַן בית-חב״ד לייגט פֿאָר שבתדיקע תּפֿילות און סעודות פֿאַר יונגע טוריסטן, וועלכע באַזוכן אויך צוויי אַנדערע פּלאַזשע-ערטער אין דער געגנט — פּונטאָ דעל דיאַבלאָ און כאָסע איגנאַסיאָ — וועלכע געפֿינען זיך ווײַטער אויף מיזרח פֿון פּונטאָ דעל עסטע. „טוריזם אין אורוגווײַ פֿאַרשפּרייט זיך ווײַטער אויף מיזרח, און חב״ד אויך‟, האָט דערקלערט דער ליובאַוויטשער רבֿ.
אין דער אָרטיקער ייִדישער קהילה, „קאָמונידאַד איסראַעליטאַ דע פּונטאָ דעל עסטע‟, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אין 2005, זענען שוין פֿאַראַן 800 מיטגלידער. מיט אַ יאָר צוריק, האָט זיך געעפֿנט אַ נײַע ייִדישע שול, „נפֿש‟. איצט פּלאַנירט מען צו עפֿענען אַ ישיבֿה, מיט דער הילף פֿון אַרגענטינער און בראַזילישע ייִדישע משפּחות.
פֿון דיעגאָ מלמד
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.