ניו־יאָרק (ייִט״אַ). — די אוראַלטע „סאַראַיעווער הגדה‟ וועט בלײַבן אין באָסניע, נישט געקוקט אויף דער בקשה פֿונעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟ צו אַנטלײַען זי אויף אַ לענגערן טערמין. יעקבֿ פֿינטשי, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין באָסניע, האָט מיטוואָך איבערגעגעבן דער ייִט״אַ אין אַן אינטערוויו, אַז די באָסניער „קאָמיסיע פֿאַר אָפּהיטונג פֿון היסטאָרישער ירושה‟ האָט באַשלאָסן, אַז הײַנט איז „נישט די ריכטיקע צײַט‟ צו אַנטלײַען דעם 600־יאָריקן כּתבֿ־יד.
דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, איז דער באָסניער נאַציאָנאַלער מוזיי, וועלכער געפֿינט זיך אין דער הויפּטשטאָט, סאַראַיעווע, וווּ עס ווערט געהאַלטן די אוניקאַלע הגדה, פֿאַרמאַכט געוואָרן צוליב אַ פֿינאַנציעלן מאַנגל. נישט געקוקט אויף דעם, ווילן די אָרטיקע אינסטאַנצן נישט אַריבערברענגען דעם דאָזיקן קולטור־אוצר קיין אַמעריקע. פֿינטשי האָט געזאָגט, אַז דעם קומענדיקן חודש וועט אַ דעלעגאַציע פֿונעם „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟ אָנקומען קיין סאַראַיעווע. ער האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ער פֿילט זיך נישט אָפּטימיסטיש וועגן די שאַנסן צו ווײַזן די הגדה אין ניו-יאָרק.
די נײַעס-אַגענטור „איי־פּי‟ האָט ציטירט ליליאַנאַ סעוואָ, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער „אָפּהיטונג-קאָמיסיע‟, וועלכע האָט געמאָלדן, אַז מע קאָן נישט אַנטלײַען די הגדה צוליב דעם אומקלאָרן סטאַטוס פֿונעם באָסניער נאַציאָנאַלן מוזיי און זײַנע פֿינאַנציעלע שוועריקייטן. אַ צאָל אָרטיקע צײַטונגען האָבן אויסגעדריקט אַ זאָרג, אַז צוליב אַזאַ מצבֿ וואָלט דער כּתבֿ־יד געקאָנט בלײַבן אויף אייביק אין ניו-יאָרק — דערפֿאַר ווילן די אינסטאַנצן נישט געבן אַ דערלויבעניש עס אַרויסצופֿירן פֿונעם לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.