היברידישקייט: דאָ און איצט — אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אין „לייוויק־הויז‟, תּל-אָבֿיבֿ

“Hybridity: Here and Now‟: Conference on Language and Culture in the Leivick House, Tel-Aviv

Published February 07, 2013.

העכער 100 אַקאַדעמיקער פֿונעם גאַנצן לאַנד האָבן דעם 29סטן יאַנואַר 2013 אָנטיילגענומען אין אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דער טעמע “היברידישקייט דאָ און איצט: שפּראַך, קולטור און ישׂראלדיקע אידענטיטעט”. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ דר. גיתית האָלצמאַן, דניאל גלאַי, פּראָפ’ גלעד צוקערמאַן און דר. אַריה סובֿר (סאָווער) האָבן כּמעט אַ גאַנץ יאָר אינוועסטירט אין די צוגרייטונגען פֿון דער געשעעניש, וואָס איז באַקרוינט געוואָרן מיט אַ גרויסער הצלחה. סײַ די צאָל באַטייליקטע און סײַ די וואַרעמע און פֿרוכטבאַרע אַטמאָספֿער וואָס האָט געהערשט אויף אַלע נײַן סעסיעס, פֿון אין דער פֿרי ביז שפּעט אין דער נאַכט, זענען געווען אַ באַווײַז, אַז אַזאַ איניציאַטיוו איז נייטיק.

פּראָפ’ גלעד צוקערמאַן
פּראָפ’ גלעד צוקערמאַן

פֿאַקטיש איז די דאָזיקע קאָנפֿערענץ געוואָרן אַ יערלעכע אונטערנעמונג וואָס וואַקסט פֿון יאָר צו יאָר. אין אַ געוויסן זינען איז עס אַ המשך פֿון ענלעכע אונטערנעמונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, דורכגעפֿירט פֿונעם פֿאַרבאַנד „המשך-דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש‟. אין יאָר 2012, ווען די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט מען באַטאָנט ווי די הויפּט־טעמע — עטנישקייט און נאַציאָנאַליטעט. דאָס יאָר האָבן די אָנטיילנעמער גערעדט וועגן דעם באַגריף היברידישקייט (געמיש), אין אַלע זײַנע פֿילזײַטיקע אויסדרוקן. דער אָנגעלאָדענער סדר-היום האָט זיך געעפֿנט מיט דער סעסיע, געווידמעט דער ייִדישער פּאָעטעסע אַנאַ מאַרגאָלין, אין וועלכער ס‘האָבן זיך באַטייליקט דר. זהר ווײַמאַן-קאַלמאַן פֿון בערקלי־אוניווערסיטעט; דר. אַבֿיבֿה טל פֿון דער ייִדיש-קאַטעדרע בײַם בר־אילן-אוניווערסיטעט און דניאל גלאַי, פֿאָרזיצער פֿונעם „לייוויק-הויז‟. די לעצטע סעסיע איז געווען געווידמעט מוזיק, פּלאַסטישער קונסט, קינאָ און זשורנאַליזם, און ס’האָבן זיך באַטייליקט דער זשורנאַליסט חנוך מרמרי (מאַרמאַרי) פֿון „האָרץ”, דר. מיכל סדן פֿון תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט און דער שרײַבער און קריטיקער אַריק גלאַסנער. דורך פּראָגראַמען און אינטערוויוען אין טעלעוויזיע און ראַדיאָ האָט זיך דער ברייטער עולם דערוווּסט פֿון אָט דער געשעעניש און די רײַכע טעמעס, וועלכע מען האָט דאָס מאָל באַהאַנדלט.

אַ גרויסער ייִשר-כּוח קומט צו הדס ליבמאַנען, קולטור-קאָאָרדינאַטאָרין, און צו אַלע וואָלאָנטירן, וועלכע האָבן ניט געשפּאָרט קיין מי, כּדי די אונטערנעמונג זאָל צושטאַנד קומען מיט הצלחה. אויף “יו-טיוב” וועט מען קאָנען זען פֿאַרשיידענע סעסיעס פֿון דער קאָנפֿערענץ.

www.leyvik.org.il

ע.ר.